יענע קרענק, וואָס מע וויל פֿון דעם נישט רעדן

The Illness No One Wants to Talk About

ד״ר מישעל פֿרידמאַן פֿירט אַ דיסקוסיע וועגן דער גרויסער אַחריות, וואָס עס נעמען אָן די נאָענטע קרובֿים און פֿרײַנד פֿונעם פּסיכיש קראַנקן מענטשן, צו פֿאַרזיכערן זײַן וווילזײַן, דעם 7טן מײַ, אינעם „דרישה־אינסטיטוט‟, מאַנהעטן.
ד״ר מישעל פֿרידמאַן פֿירט אַ דיסקוסיע וועגן דער גרויסער אַחריות, וואָס עס נעמען אָן די נאָענטע קרובֿים און פֿרײַנד פֿונעם פּסיכיש קראַנקן מענטשן, צו פֿאַרזיכערן זײַן וווילזײַן, דעם 7טן מײַ, אינעם „דרישה־אינסטיטוט‟, מאַנהעטן.

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published May 11, 2014, issue of June 06, 2014.

אין חיים גראַדעס ראָמאַן „די עגונה‟, ראַנגלט זיך דער רבֿ, ר׳ לוי, מיט דעם וואָס סײַ זײַן פֿרוי, סײַ זײַן טאָכטער, זענען נישט „מיט אַלעמען‟, און וווינען ביידע אין אַ הויז פֿאַר פּסיכיש קראַנקע. אויס רחמנות פֿאַר דער טאָכטער באַשליסט ער אָבער זי אַהיימצוברענגען, האָפֿנדיק, אַז פֿונעם וווינען מיטן טאַטן וועט איר ווערן גרינגער אויף דער נשמה. אין אַ דראַמאַטישן קאַפּיטל פֿון בוך, בעת עס קומט פֿאָר בײַ אים אין שטוב אַ בית־דין, און עס זיצן אַרום טיש די חשובֿסטע ייִדן פֿון דער קהילה, דערהערט מען פּלוצלינג די געשרייען פֿון דער טאָכטער, און זי לויפֿט אַרויס אַ נאַקעטע.

דאָס מיידל לײַדט, אַ פּנים, פֿון שיזאָפֿרעניע — אַ קראַנקייט, בעת וועלכער דער מענטש האָט שוועריקייטן בײַם אונטערשיידן די רעאַליטעט פֿון דער פֿאַנטאַזיע, און פֿירט זיך נישט תּמיד אויף אַ פּאַסיקן אופֿן אין געזעלשאַפֿטלעכע סיטואַציעס. צו־מאָל הערט ער אָדער זי קולות, וואָס אַנדערע הערן נישט; אָדער שרעקט זיך, אַז אַנדערע ווילן אים טאָן בייזס, און דאָס קאָן בײַ אים אַרויסרופֿן אַ בולטע שרעק.

שיזאָפֿרעניע איז בלויז איין מין פּסיכישע אָדער גײַסטיקע קראַנקייט (mental illness בלע״ז). די קאַטעגאָריע נעמט אויך אַרײַן שווערע דעפּרעסיע, אין וועלכער דער מענטש פֿאַלט אַרײַן אין אַזאַ טרויער, אַז ער קען ממש נישט פֿונקציאָנירן און קלערט ערנסט וועגן באַגיין זעלבסמאָרד, ווי אויך די מאַניע־דעפּרעסיווע קראַנקייט (bipolar disorder), וווּ דער מענטש לעבט איבער סײַ מאָמענטן פֿון אויסערגעוויינטלעכער ענערגיע (באַגלייט מיט עקסטאַז אָדער אומגעדולדיקער נערוועזקייט), סײַ מאָמענטן פֿון טיפֿער דעפּרעסיע.

לויט דער סטאַטיסטיק פֿונעם „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟ אין 2011, געפֿינט זיך אַ פּסיכיש קראַנקער מענטש אין 25% פֿון אַלע משפּחות אין אַמעריקע. דאָס איז אַ שאָקירנדיק הויכע צאָל, אָבער עס זעט זיך נישט אָן, ווײַל ס׳רובֿ משפּחות פֿאַרשווײַגן דעם אמת. נישט געקוקט אויף דער הײַנטיקער אָפֿנקייט צו רעדן וועגן פֿאַרשידענע קראַנקייטן (ראַק, סקלעראָז, אַפֿילו „איידס‟), בלײַבט ווײַטער אַ טאַבו צו רעדן וועגן די פּסיכיש־קראַנקע צווישן אונדז, אָדער צו ברענגען זיי אין דער עפֿנטלעכקייט. ס׳רובֿ מענטשן שרעקן זיך, אַז דער שיזאָפֿרעניקער וועט עפּעס זאָגן אָדער טאָן, וואָס קאָן אַרויסרופֿן אומבאַקוועמע געפֿילן בײַ די אַרומיקע.

הגם הײַנט געפֿינען זיך צענדליקער מעדיקאַמענטן, וואָס העלפֿן צו באַרויִקן די סימפּטאָמען, ווייסן גוט די משפּחות און נאָענטע פֿרײַנד פֿון די פּסיכיש קראַנקע, אַז מעדיקאַמענטן זענען נישט תּמיד אַ גאָלדענע רפֿואה. אָפֿט מאָל רופֿן זיי אַרויס נישט־געוווּנטשענע בײַ־עפֿעקטן (למשל, אַ כּסדרדיקע מידקייט, אָדער אַ נטיה אָנצולייגן וואָג), וואָס קאָן איבערצײַגן דעם פּאַציענט זיי מער נישט אײַנצונעמען. אַפֿילו בײַ די וואָס פֿאָלגן דעם רעגימענט ווי געהעריק, קאָן די פּיל העלפֿן צו באַרויִקן די סימפּטאָמען בלויז אויף אַ 3־4 יאָר, אָבער דערנאָך פֿאַרלירט זי דעם כּוח, און מע דאַרף דעם לײַדנדיקן האַלטן שפּיטאָליזירט וואָכן לאַנג, אָדער אַפֿילו חדשים.

כּדי צו מוטיקן די ייִדן צו רעדן עפֿנטלעך וועגן דעם אָנגעווייטיקטן ענין, האָט דער ניו־יאָרקער „דרישה־אינסטיטוט‟, אַן אָנגזעענער בית־מדרש פֿאַר פֿרויען, בשותּפֿות מיט דער שיל „בני ישורון‟, צונויפֿגעשטעלט אַ סעריע פֿון דרײַ וועכנטלעכע לעקציעס מיטן נאָמען Confronting Mental Illness [לאָמיר באַהאַנדלען דעם ענין, פּסיכישע קראַנקייט]. די לעקציעס, וואָס זענען געווען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און אָנגעפֿירט דורך אַ ריי אָנגעזעענע ייִדישע פּסיכאָלאָגן און רבנים, האָבן צוגעצויגן אַ שיינעם עולם. נישט געקוקט אויפֿן שטאַרקן רעגן בעת דעם ערשטן אָוונט פֿון דער פּראָגראַם, דעם 30סטן אַפּריל, זענען געקומען בערך 100 מענטשן, און מיט אַ וואָך שפּעטער — מער ווי 120.

צווישן די באַטייליקטע זענען געווען די קרובֿים און פֿרײַנד פֿון פּסיכיש־קראַנקע לײַט; פּסיכאָ־טעראַפּעווטן, און מענטשן וואָס לײַדן אַליין פֿון אַ גײַסטיקער קראַנקייט. בעת דער הפֿסקה אין קאָרידאָר, האָט מען געקענט הערן לעבעדיקע דיסקוסיעס אויף די טעמעס, וואָס די לעקטאָרן האָבן אין זייערע שיעורים באַרירט.

הרבֿ נתנאל העלפֿגאָט, אַ מיטגליד פֿון דעם פֿאַקולטעט אינעם אָרטאָדאָקסישן רבנים־סעמינער „חובֿבֿי תּורה‟, וועלכער לײַדט אַליין פֿון דעפּרעסיע, האָט דערציילט וועגן די טיפֿע עמאָציעס, וואָס ווערן באַשריבן אין געוויסע תּהילים — סײַ פֿון ייִאוש און אַנגסטן, סײַ פֿון אויסהיילונג און מנוחה — און ווי אַזוי דאָס זאָגן תּהילים קאָן העלפֿן אַרויסציִען אַ מענטשן פֿון אַ טיפֿער מרה־שחורה.

ד״ר יצחק שעכטער, אַ פּסיכאָלאָג פֿון אַ גרויסער קליניק פֿאַר דער פֿרומער קהילה אין מאָנסי, נ״י, האָט דערציילט וועגן געוויסע רבנים אין דער גמרא, וואָס האָבן מסתּמא אַליין געליטן פֿון פּסיכישער קראַנקייט. ר׳ חוני המעגל (חוני דער רעדל־מאָלער), למשל, האָט בעת אַ טריקעניש אין לאַנד געצייכנט אַ קרײַז אַרום זײַנע פֿיס און אויף אַ קול געוואָרנט גאָט, אַז ער וועט פֿונעם קרײַז נישט אַרויסגיין ביז גאָט וועט נישט ברענגען קיין רעגן. ר׳ חוני איז טאַקע דאָרט פֿאַרבליבן, ביז גאָט האָט „געפֿאָלגט‟. ווען געוויסע רבנים האָבן געפֿאָדערט אַרײַנצולייגן ר׳ חוני אין חרם פֿאַר באַגיין אַזאַ חילול־השם, האָט ר׳ שמעון בן־שטח געענטפֿערט, אַז מע זאָל אים לאָזן צו־רו. „אַזוי איז חוני — ער האָט אַ ספּעציעלע באַציִונג מיטן אייבערשטן,‟ האָט ער געזאָגט. נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז דאָס „שמועסן מיט גאָט‟ איז אַ פֿאַרשפּרייטער סימפּטאָם פֿון אַ שיזאָפֿרעניקער, קאָן מען אַרויסדרינגען, אַז נישט געקוקט אויף ר׳ חוניס לומדות, איז ער געווען פּסיכיש נישט מיט אַלעמען.

ד״ר מישעל פֿרידמאַן, אַ פּסיכיאַטאָרין בײַ „חובֿבֿי תּורה‟, האָט בעת אירע קלאַסן זיך געוואָנדן צו די „באַגלייטער‟ פֿון די פּסיכיש קראַנקע — די נאָענטע קרובֿים און פֿרײַנד, וואָס העלפֿן אויפֿפּאַסן אויף זיי. „די תּורה לערנט אונדז, אַז מיר דאַרפֿן היטן דעם קראַנקן, די אלמנה, דעם יתום און דעם גר,‟ האָט פֿרידמאַן געזאָגט. „אָבער וואָס איז די גרענעץ פֿון אַזאַ אַחריות?‟ איר פֿראַגע האָט אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקע דעבאַטע בײַ די באַטייליקטע אין קלאַס: איז מען, למשל, מחויבֿ צו שמועסן מיטן קראַנקן, ווען ער בעט עס, אַפֿילו אויב יענער קלינגט אָן צוויי אַ זייגער בײַ נאַכט? וויפֿל געלט מעג מען אויסגעבן אויפֿן קראַנקן, אויב דער אויפֿפּאַסער האָט אַליין באַגרענעצטע פֿאָנדן? און אויב דער פּאַציענט פֿאַרליבט זיך, איז דער אויפֿפּאַסער מחויבֿ צו לאָזן די געליבטע אָדער דעם געליבטן וויסן וועגן דעם דיאַגנאָז, און אויב יאָ — ווען?

ד״ר דבֿורה שטײַנמעץ, אַ טיילצײַטיקע תּלמוד־לערערין אין „דרישה‟ און די דירעקטאָרין פֿון דער פּראָגראַם, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דער ענין איז נישט קיין קלייניקייט בײַ ייִדן. „אין דער תּורה שטייט 36 מאָל, אַז מע דאַרף אויפֿנעמען דעם פֿרעמדן, אָבער בכלל נישט, אַז מע דאַרף אויפֿפּאַסן אויף זיך אַליין,‟ האָט זי געזאָגט. „פֿון דער אַנדערער זײַט, אין דער אַלגעמיינער קולטור, באַטאָנט מען אפֿשר צו פֿיל דאָס אויפֿפּאַסן אויף זיך אַליין. דער עיקר איז, צו געפֿינען אַ באַלאַנס.‟

שטײַנמעץ, וואָס אַרבעט אויך ווי אַ וואָלונטיר אויף „גולד־פֿאַרם‟, אַן אָנגעזעענער אַנשטאַלט פֿאַר פּסיכיש קראַנקע אין מערבֿ־מאַסאַטשוסעטס, זאָגט, אַז איינער פֿון די צילן בײַם אָרגאַניזירן די לעקציעס איז געווען, אַז מענטשן זאָלן, סוף־כּל־סוף, האָבן אַן עפֿנטלעכן פֿאָרום צו רעדן וועגן פּסיכישער קראַנקייט פֿון אַ ייִדישן קוקווינקל.

„מענטשן האָבן אונדז באַדאַנקט וואָס מיר שטעלן אַרויס די טעמע — פּסיכישע קראַנקייט, אויפֿן סדר־היום, און אַ טייל פֿון זיי האָבן זיך אַפֿילו געחידושט, פֿאַר וואָס ׳דרישה׳ אָרגאַניזירט אַזאַ זאַך, ווען אונדזער געוויינטלעכע טעטיקייט איז צו לערנען פֿרויען תּנ״ך און גמרא,‟ האָט שטײַנמעץ באַמערקט. אַ פּנים, האַלט מען, אַז אַ בית־מדרש פֿאַרנעמט זיך, דער עיקר, מיט ריטואַלן, וואָס האָבן בלויז אַ שײַכות צו ייִדן, ווי שבת און כּשרות.

„אָבער אַ בית־מדרש איז נישט סתּם אַן אָרט זיך צו גריבלען אין די ספֿרים,‟ האָט שטײַנמעץ דערקלערט. „דער ציל פֿון דער תּורה איז דאָך צו דינען ווי אַ וועגווײַזער אין אַלע אַספּעקן פֿון לעבן.‟

שטײַנמעץ האַלט, אַז די פּראָגראַם איז אָבער בלויז אַן אָנהייב. „ס׳איז גוט וואָס די צוהערער האָבן געהאַט אַ געלעגנהייט צו רעדן וועגן דעם ענין און אַז זיי האָבן געמאַכט וויכטיקע פֿאַרבינדונגען מיט אַנדערע, אָבער דער עיקר איז: וואָס ווײַטער? האָפֿנטלעך וועט דאָס זיי אינספּירירן ממשיך צו זײַן די עפֿנטלעכע דיסקוסיעס אין זייערע אייגענע שילן און קהילה־צענטערס.‟