ישׂראלים — לאַוו־דווקא צופֿרידן

Israel: Love It or Leave It?

די ישׂראלים מערקן אָפּ דעם “יום־העצמאות”, דעם 5טן מײַ
Hadas Parush/Flash 90
די ישׂראלים מערקן אָפּ דעם “יום־העצמאות”, דעם 5טן מײַ

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published May 11, 2014, issue of June 06, 2014.

אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן “יום־העצמאות”, האָט דער „אינסטיטוט פֿאַר ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע‟ מפֿרסם געווען אַ נײַעם דעמאָגראַפֿישן באַריכט. צווישן אַנדערע חידושים, האָט די פֿאָרשונג אויפֿגעוויזן, אַז יעדער זעקסטער ישׂראלי וואָלט געוואָלט אַוועקפֿאָרן אין אַן אַנדער לאַנד. דער אויספֿרעג האָט אַרומגענומען 600 מענטשן; די פּינקטלעכקייט פֿון די חשבונות איז פּלוס־מינוס 4.1 פּראָצענט.

דער באַריכט נעמט אַרום בלויז די ייִדישע בירגער פֿון ישׂראל, וואָס באַטרעפֿט דרײַ פֿערטל פֿון דער באַפֿעלקערונג. געוויינטלעך, נעמט דער אינסטיטוט אין באַטראַכט אויך די אַראַבישע בירגער פֿון ישׂראל. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו וויסן, וואָס זיי מיינען וועגן דעם לאַנד. אָבער, צוליב דעם, וואָס אין דער ישׂראלדיקער פֿירנדיקער קאָאַליציע זענען כּמעט קיינמאָל נישט רעפּרעזענטירט די אַראַבישע פּאַרטייען, גיט די נײַע פֿאָרשונג אַ מעגלעכקייט זיך משער צו זײַן, ווי אַזוי די פּאָזיציעס פֿון די וויילער קאָנען זיך אָפּשפּיגלען אויף דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק אין דער צוקונפֿט.

פֿון איין זײַט, ווײַזט דער באַריכט, אַז ס׳רובֿ ישׂראלים זענען צופֿרידן און באַציִען זיך אָפּטימיסטיש צו זייער לאַנד. 70 פּראָצענט פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן זאָרגן זיך וועגן ישׂראל פּונקט אַזוי אָדער נאָך שטאַרקער, ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן; דרײַ פֿערטל זענען צופֿרידן מיט די דערגרייכונגען פֿונעם לאַנד; 73 פּראָצענט קוקט אָפּטימיסטיש פֿאָרויס אויף דער ישׂראלדיקער צוקונפֿט.

פֿון דער צווייטער זײַט, אָבער, באַקומט זיך אַן אַנדער בילד, אויב מע נעמט אין באַטראַכט דעם עלטער פֿון די אויסגעפֿרעגטע. הגם 80 פּראָצענט פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן עלטער פֿון 55 יאָר, באַציִען זיך פּאָזיטיוו צום לאַנד, זענען בלויז 58 פּראָצענט ייִדישע ישׂראלים פֿון 18 ביז 24 יאָר מסכּים מיט אַזאַ אָפּטימיזם. 17 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי וואָלטן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד. דערווײַל בלײַבן זיי אין ישׂראל, ווײַל זייער משפּחה וויל נישט עמיגרירן; ווײַל ס׳איז שווער צו קריגן אַ וויזע און אַנדערע פּראַגמאַטישע פֿאַקטאָרן. ס׳איז מערווירדיק, אַז אַ ממשותדיקע צאָל ייִדן ווילן נישט וווינען אין אַ לאַנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן ווי אַ ייִדישע מדינה.

בערך 80 פּראָצענט ישׂראלים זענען צופֿרידן מיט דער ישׂראלדיקער שוץ־פּאָליטיק; מער ווי צוויי דריטל זענען אָבער אומצופֿרידן מיטן סאָציאַל־עקאָנאָמישן מצבֿ און קריטיקירן די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿאַר דעם, וואָס זי פֿאָקוסירן זיך נישט גענוג אויף די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען — למשל, אויף דער סאָציאַלער אומגלײַכקייט און הויכע דירה־פּרײַזן.

עס קאָן זײַן, אַז ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער אומצופֿרינדקייט, וועלן די ישׂראלים שטימען אין דער צוקונפֿט נישט פֿאַר דער איצטיקער „ליכּוד‟־רעגירונג, נאָר פֿאַר אַן אַנדער פּאַרטיי, וואָס שטעלט אַ גרעסערן אַקצענט אויף דער עקאָנאָמיע.