אַמעריקאַנער ייִד קאַנדידירט פֿאַר ישׂראל־פּרעזידענט

American Jew Announces Run for Israeli President

יוסף אַבראַמאָוויץ
יוסף אַבראַמאָוויץ

פֿון ייִט״אַ

Published May 11, 2014, issue of June 06, 2014.

ירושלים. — דער אַמעריקאַנער־געבוירענער אונטערנעמער פֿון זון־ענערגיע, יוסף אַבראַמאָוויץ, קאַנדידירט פֿאַר פּרעזידענט פֿון ישׂראל.

דער 50־יאָריקער אַבראַמאָוויץ, דער שעף פֿון דער ירושלימער פֿירמע, „אנרגיה‟, האָט געמאָלדן זײַן קאַנדידאַטור אין אַ רובריק, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן דאָנערשטיק אינעם „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟.

„פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט אויפֿגעטאָן גרויסע זאַכן. כּדי ממשיך צו זײַן די דערגרייכונגען, מוז ישׂראל דערוויילן אַ פּרעזידענט, וואָס רעפּרעזענטירט אינאָוואַציע אין אונדזער טעכנאָלאָגיש־פֿעיִקן לענדל; אַ פּרעזידענט, וואָס וועט אַרויסרופֿן האָפֿענונג און אַ בעסערע צוקונפֿט פֿאַר די ייִנגערע דורות, וועלכע זוכן מיט ליכט געזעלשאַפֿטלעכע און עקאָנאָמישע סטאַביליטעט,‟ האָט אַבראַמאָוויץ געשריבן. „איך וואָלט געפֿירט די רעגירונג אויף אַן אופֿן, וואָס וועט צוציִען אינוועסטיציעס, און איך וואָלט פֿאַרשפּרייט די וויכטיקייט פֿון אַ פּלוראַליסטישער געזעלשאַפֿט צווישן אַלע ישׂראלים.‟

אַבראַמאָוויץ ווערט באַצייכנט ווי איינער פֿון די גרינדער פֿון דער ישׂראלדיקער אינדוסטריע פֿון זון־ענערגיע. ער האָט עולה געווען אין 2006.

צווישן די אַנדערע קאַנדידאַטן פֿאַר פּרעזידענט איז דער כּנסת־ספּיקער, ראובֿן ריבֿלין, און סילוון שלום — ביידע פֿון „ליכּוד‟; בנימין בן־אליעזר פֿון דער „אַרבעט־פּאַרטיי‟; דער „נאָבעל־פּריז‟־געווינער דן שעכטמאַן; מאיר שיטרית פֿון „התּנועה‟, און די געוועזענע ריכטערין פֿונעם העכסטן געריכט, דליה דאָרנער.

אַ קאַנדידאַט מוז באַקומען 10 נאָמינאַציעס פֿון די כּנסת־דעפּוטאַטן, כּדי צו קאַנדידירן פֿאַר דעם אַמט. דער פּרעזידענט ווערט דערוויילט דורך אַ סודותדיקער אָפּשטימונג אין כּנסת, און מוז קריגן אַן אַבסאָלוטע מערהייט פֿון די שטימען.

אַבראַמאָוויצס פֿרוי איז די ראַבינערין סוזען סילווערמאַן, אַן אַקטיוויסטקע לטובֿת דעם רעליגיעזן פּלוראַליזם און אַ שוועסטער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמיקערין, סאַראַ סילווערמאַן.