ייִדישער שרײַבער פֿון סאָװעטישן דור

The Yiddish Writer of the Soviet Generation

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 14, 2014, issue of June 06, 2014.

די לײענער פֿון „פֿאָרװערטס‟ האָבן שױן געהאַט די מעגלעכקײט צו באַקענען זיך מיט די קאַפּיטלעך זכרונות פֿון מישע לעװ, דעם. איצט, אַ יאָר נאָך זײַן פּטירה, האָבן מיר באַקומען אַ בוך (צונױפֿגעשטעלט און צוגעגרײט צום דרוק פֿון באָריס סאַנדלער), װאָס פֿאַרסך־הכּלט זײַן לעבנסגאַנג. דאָס רובֿ װערק זײַנע האָט לעװ אָנגעשריבן אינעם זשאַנער פֿון דאָקומענטאַלער פּראָזע, און דאָס דאָזיקע בוך איז ניט קײן אױסנאַם. ער דערצײלט װעגן זײַן אײגענעם לעבן, און דערבײַ שילדערט ער אַ ברײט בילד פֿון די פֿאַרשידענע תּקופֿות, װאָס אים איז אױסגעקומען דורכצולעבן.

פֿאַר מישע לעװס ביאָגראַפֿיע װאָלט געפּאַסט דער טיטל פֿון װלאַדימיר קאָראָלענקאָס אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן: „געשיכטע פֿון מײַן מיטצײַטלער‟. לעװ איז געבױרן געװאָרן פּונקט אינעם יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע, 1917, אינעם שטעטל פּאָגרעבישטשע אױף אוקראַיִנע. אין 1926 איז זײַן משפּחה אַריבער אין אַ ייִדישער לאַנדװירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניע, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך געלאָזט קײן כאַרקעװ, דעמאָלט די הױפּטשטאָט פֿון דער סאָװעטישער אוקראַיִנע. אין כאַרקאָװ האָט ער זיך לכתּחילה געלערנט אינעם ייִדישן מאַשינענבױ־טעכניקום, נאָר זײַן אמתער אינטערעס איז געװען די ייִדישע ליטעראַטור.

אין 1934 איז לעװ אַװעק קײן מאָסקװע און אין גיכן האָט ער אָנגעהױבן זײַנע שטודיעס אינעם ייִדישן אָפּטײל בײַם מאָסקװער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, װאָס איז צו יענער צײַט געװאָרן דער סאַמע בעסטער און װיכטיקסטער ייִדישער אַקאַדעמישער צענטער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. װײַטער האָט ער געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון דער צענטראַלער ייִדישער צײַטונג „דער עמעס‟ און אין דער צענטראַלער ייִדישער מלוכה־ביבליאָטעק. װען עס האָט אױסגעבראָכן די מלחמה, איז ער אַװעק אױפֿן פֿראָנט, אַרײַנגעפֿאַלן אינעם דײַטשישן לאַגער, אַנטלאָפֿן און זיך װײַטער געשלאָגן, אין באַשטאַנד פֿון אַ פּאַרטיזאַנער בריגאַדע, אין װײַסרוסלאַנד.

נאָך דער מלחמה האָט לעוו װידער געאַרבעט אין דער סאָװעטישער ייִדישער פּרעסע און אַרױסגעלאָזט דאָס בוך „פּאַרטיזאַנישע װעגן‟. בעת די רדיפֿות קעגן דער ייִדישער קולטור, האָט ער מער װי צען יאָר געאַרבעט װי אַ טרעגער, און ערשט אין 1961 באַקומען אַ מעגלעכקײט זיך אומצוקערן צו דער ייִדישער ליטעראַטור װי אַ מיטאַרבעטער פֿונעם זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟. ער איז אַװעק אױף פּענסיע אין די מיט–1970ער יאָרן, און דעמאָלט האָט זיך אָנגעהױבן דער סאַמע שעפֿערישער פּעריאָד אין זײַן לעבן. אין 1996 האָט ער עולה געװען קײן ישׂראל, און איז פֿאַרבליבן טעטיק ביז די סאַמע לעצטע טעג זײַנע. זײַן הױפּט־טעמע איז געװען די מלחמה, בפֿרט דער פּאַרטיזאַנישער קאַמף און דער אױפֿשטאַנד אינעם לאַגער פֿון סאָביבאָר.

אין מישע לעװס לעצטן בוך פֿאַרנעמט די מלחמה ניט קײן סך אָרט. ער קוקט צוריק אױף פֿאַרשידענע מאָמענטן פֿון זײַן לעבן און באַטראַכט זײַן לעבנסװעג אינעם ברײטערן קאָנטעקסט פֿון דער צײַט. לעװס סטיל איז תּמיד אַ זאַכלעכער, קלוגער און ניכטערער. אײגנאַרטיק פֿאַר אָט דעם בוך איז דער אופֿן פֿון דער שילדערונג. לעװ פּרוּװט צו באַשרײַבן דאָס װײַטע אַמאָל אַזױ װי ער האָט עס דעמאָלט איבערגעלעבט, „ס׳איז טאַקע דאַן געװען חי־געלעבט‟. אין דער יוגנט לעבט מען אַנדערש: „דו לעבסט און מײנסט, אַז װעסט אײביק לעבן‟. לעװס זכּרון איז אַ װױנאָרט פֿאַר כּלערלײ מענטשן, װאָס קײנער געדענקט זיי שױן ניט.

מיר טרעפֿן דאָ װוּנדערלעך לעבעדיקע געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין כאַרקעװ און מאָסקװע — אי באַרימטע, װי די פּאָעטן שמואל האַלקין און פּרץ מאַרקיש, אי מער פֿאַרגעסענע, װי דער דעקאַן פֿונעם ייִדישן אָפּטײל בײַם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט ברוך שװאַרצמאַן (דער ברודער פֿונעם דיכטער אָשר שװאַרצמאַן). גאָר אינטערעסאַנט איז די באַשרײַבונג פֿון שלום־עליכמס יובילײ־אָװנט אין דער מאָסקװער ייִדישער מלוכה־ביבליאָטעק. דעמאָלט איז קײן מאָסקװע אָנגעקומען אױף אַ באַזוך פֿון אַמעריקע שלום–עליכמס פֿרױ, אָלגאַ ראַבינאָװיטש. דעם אָװנט האָט געעפֿנט אַן אַקטיאָר, װאָס האָט פֿאָרגעלײענט אַ פֿראַגמענט פֿון שלום־עליכמס אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „פֿונעם יריד‟, װאָס דערצײלט װעגן דער ערשטער באַגעגעניש פֿון אַ 17־יאָריק ייִנגל מיט אַ 12־יאָריק מײדל. „דער פֿאָרלעזער טוט זײַן אַרבעט קינסטלעריש־ראַפֿינירט: אַלץ אײנס װעט מען הערן אײנעם, און די אױגן װעלן זײַן געװענדט נאָר צו איר, דער געװעזענער 12־יאָריקער און איצט גראָ־האָריקער פֿרױ‟.

פֿון אַזעלכע שטיקלעך װערט צונױפֿגעשטעלט אַ פּאַנאָראַמע־בילד פֿונעם סאָװעטישן ייִדישן קולטורעלן לעבן פֿאַר דער מלחמה. מען האָט שױן דעמאָלט בפֿירוש געזען, אַז עס האַלט בײַ דער שקיעה: „די קולטורעלע און בידלונג־אַנשטאַלטן האָבן זיך פֿאַרמאַכט אײנע נאָך דער אַנדערער, די צאָל לײענער איז געװאָרן אַלץ קלענער, און זײער עלטער אַלץ העכער. אײניקע יונגע אַקטיװיסטן האָבן זיך געפּרוּװט אַנטקעגנשטעלן דער דאָזיקער פּאָליטיק, הגם זײ האָבן ניט משׂיג געװען, אַז דאָס איז אַ טײל פֿונעם אַלגעמײנעם פּלאַן. ייִדיש, װי אױך אײניקע אַנדערע מינאָריטעט־שפּראַכן, איז אַרײַנגעטריבן געװאָרן אין אַ מין קולטורעלער ׳געטאָ‘‟.

אָבער די ייִדישע סבֿיבֿה איז ניט אונטערגעגאַנגען. גאַנץ אינטערעסאַנט אין דעם זין איז דאָס קאַפּיטל װעגן אַלכּסנדר ליזען, דעם טאַלאַנטירטן שרײַבער, װאָס האָט אָנגעהױבן דרוקן זײַנע װערק אױף ייִדיש, װען ער איז שױן געװען אין די שישים. ליזען איז געװען אַ יוצא־דופֿן אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. סוף 1920ער יאָרן, װען ער איז נאָך געװען אַ יונגער בחור, איז ער אַרײַן אין תּפֿיסה פֿאַרן באַטײליקן זיך אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע „השומר הצעיר‟. ער האָט אָנגעשריבן אַ ציוניסטיש ליד אױף ייִדיש, װאָס מען האָט איבערגעזעצט אױף העברעיִש. נאָך דער מלחמה האָט ער געאַרבעט װי אַ בוכהאַלטער אין לעמבערג און געשריבן ליטעראַרישע װערק אױף אוקראַיִניש. מיט לעװס הילף האָט ער אָנגעהױבן צו דרוקן זײַנע ייִדישע װערק אין „סאָװעטיש הײמלאַנד‟. ליזען איז פֿאַרבליבן אַקטיװ ביז די סאַמע לעצטע טעג פֿון זײַן לאַנג לעבן. אין די 1990ער איז ער געשטאַנען בראָש דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין לעמבערג און געהאַלטן אין שרײַבן נײַע װערק, װאָס אַ טײל פֿון זײ בלײַבן עד־היום ניט פֿאַרעפֿנטלעכט.

די סאָװעטישע תּקופֿה אין דער ייִדישער ליטעראַטור װאַרט נאָך אַלץ אױף אַ געהעריקער גרונדיקער פֿאָרשערישער אָפּשאַצונג. און מישע לעװס זכרונות און ליטעראַרישע עסײען װעלן דינען װי אַ פֿאַרלאָזלעכער און פּרטימדיקער װעגװײַזער אין דער דאָזיקער װעלט, װאָס איז מער ניטאָ.