באַריכט וועגן וועלט־אַנטיסעמיטיזם

Survey on Global Anti-Semitism


פֿון ייִט״אַ

Published May 14, 2014, issue of June 06, 2014.

די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ האָט דורכגעפֿירט אַן אוניקאַלן אויספֿרעג — דעם ברייטסטן אין דער געשיכטע פֿון דער אָרגאַניזאַציע — לויט וועלכן אַ גרויסער טייל פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג באַציט זיך נאָך אַלץ נעגאַטיוו צו ייִדן. די רעזולטאַטן זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דינסטיק, דעם 13טן מײַ.

דער אויספֿרעג האָט אַרומגענומען איבער 53,000 מענטשן אין 102 לענדער, וווּ עס וווינען בערך 86 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־באַפֿעלקערונג. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז 26 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע, וואָס רעפּרעזענטירן אַרום 1.1 מיליאַרד דערוואַקסענע מענטשן, זענען געשטימט „טיף אַנטיסעמיטיש‟.

דינסטיק, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אינעם הויפּט־שטאַב פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, האָט אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, געזאָגט, אַז הגם די ציפֿערן זענען אומאָנגענעם, איז קיין גרויסער חידוש אין דעם נישטאָ; די חשבונות ווײַזן אָן, אַז די קלאַסישע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן זענען נאָך אַלץ ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט — אָפֿילו אין אַזעלכע ראַיאָנען, וווּ מע ווייסט ווייניק וועגן ייִדן.

בערך 70 פּראָצענט פֿון די, וואָס האָבן אויסגעדריקט אַנטיסעמיטישע דעות בעתן אויספֿרעג, האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן קיינמאָל נישט זעזען אַ ייִד אין די אויגן. 35 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן קיינמאָל נישט געהערט וועגן דעם ייִדישן חורבן; בערך אַ דריטל פֿון די, וואָס האָבן יאָ געהערט, מיינען, אַז ס׳איז אַ גוזמא צי אַן אויסטראַכטעניש.

עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אַנטיסעמיטיזם איז מער פֿאַרשפּרייט צווישן דעם עלטערן דור, אין פֿאַרגלײַך מיט די מענטשן, וואָס זענען ייִנגער פֿון 65 יאָר: 34 קעגן 25 פּראָצענט. צום מערסטן — 74 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג — זענען די אַנטיסעמיטישע שטימונגען פֿאַרשפּרייט אינעם מיטל־מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע. אויפֿן צווייטן אָרט — 34 פּראָצענט — שטייט מיזרח־אייראָפּע.

בערך 49 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע מוסולמענער האָבן אַרויסגעזאָגט פּאָזיציעס, וואָס די פֿאָרשער האָבן פֿאַררעכנט ווי אַנטיסעמיטישע. להיפּוך, איז אַנטיסעמיטיזם כּמעט נישט בנימצא אין לאַאָס — בלויז 0.2 פּראָצענט. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זענען בערך 9 פּראָצענט מענטשן געשטימט קעגן ייִדן.

פֿאָקסמאַן האָט דערקלערט, אַז צום ערשטן מאָל האָט זײַן אָרגאַניזאַציע דורכגעפֿירט אַזאַ ברייטן וועלט־אויספֿרעג, וועלכער האָט אַרומגענומען 11 פֿראַגעס, וואָס דינען, לויט דער מיינונג פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, ווי אַ סימן פֿון אַנטיסעמיטיזם. למשל, אַ מערקווירדיקער טייל אויסגעפֿרעגטע האָבן געענטפֿערט, אַז „עס קאָן זײַן אמת‟, אַז ייִדן רעדן צופֿיל וועגן דעם חורבן, זענען מער לאָיאַל צו ישׂראל ווי צו די לענדער, וווּ זיי וווינען, אָדער ווירקן צו שטאַרק אויף דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.

די אָרגאַניזאַציע ווערט שוין לאַנג קריטיקירט פֿאַר אירע צו ברייטע קריטעריעס פֿון אַנטיסעמיטיזם. אַ טייל קריטיקער האָבן אויך באַמערקט, אַז אין אַ ריי פֿאַלן קלינגען די ענטפֿערס דווקא ווי פּאָזיטיווע אָפּרופֿן וועגן ייִדן, הגם די „ליגע‟ האָט זיי אָפּגעטײַטשט ווי אַנטיסעמיטישע. בעת דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָט פֿאָקסמאַן געענטפֿערט אויף אַזאַ קריטיק און געמאָלדן, אַז די אויספֿירן זענען געווען „פֿאָרזיכטיקע‟ און „קאָנסערוואַטיווע‟.