ירושלימער קאַמער־פֿעסטיוואַל אין בערלין

Jerusalem Chamber Festival in Berlin

Monika Rittershaus

פֿון אַ. דזש. גאָלדמאַן (Forward)

Published May 16, 2014, issue of June 06, 2014.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אינעם בערלינער ייִדישן מוזיי דורכגעפֿירט אַ סעריע פֿון זעקס קאָנצערטן, באַצייכנט ווי „דער ירושלימער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון קאַמער־מוזיק‟. די קאָנצערטן זענען פֿאָרגעקומען אינעם גלעזערנעם הויף פֿונעם מוזיי, געבויט פֿונעם אַרכיטעקט דניאל ליבעסקינד.

די סעריע קאָנצערטן, וואָס נעמט אַרײַן מער ווי 40 ווערק, האָט אָרגאַניזירט די רוסישע פּיאַניסטקע, עלענאַ באַשקיראָוואַ. עס האָבן זיך באַטייליקט אין דעם אָנגעזעענע אינטערנאַציאָנאַלע מוזיקער, אַרײַנגערעכנט אַ סך ישׂראלדיקע.

דער פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 7טן ביזן 11טן מײַ, פֿילט אָן דעם בלויז אין דער מוזיקאַלישער לאַנדשאַפֿט פֿון דער דײַטשער קרוינשטאָט. „בערלין האָט כּלערליי מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען, אָבער בכלל נישט קיין קאַמער־מוזיק פֿעסטיוואַל,‟ האָט באַשקיראָוואַ דערקלערט. „דערפֿאַר מיין איך, איז דער עולם אַזוי פֿאַראינטערעסירט אין דעם.‟ דער זאַל בײַ די דרײַ קאָנצערטן, וואָס איך בין בײַגעווען, איז טאַקע געווען פֿול.

באַשקיראָוואַ האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז די סיבה פֿאַר וואָס די שטאָט ירושלים פֿיגורירט אינעם טיטל איז, ווײַל די בערלינער געשעעניש איז פֿאַרבונדן מיטן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון קאַמער־מוזיק אין דער ישׂראלדיקער קרוינשטאָט, וואָס באַשקיראָוואַ האָט געגרינדעט אין 1998. דער רעפּערטואַר און די אַרטיסטן אין ביידע שטעט זענען כּמעט די זעלבע, האָט זי געזאָגט.

דאָנערשטיק האָט די דײַטשע סאָפּראַן, דאָראָטעאַ רעשמאַן, געזאָלט זינגען אַ קראַנץ לידער פֿון ריכאַרד סטראַוס (וואָס זײַן 150סטן געבוירן־טאָג האָט מען אָפּגעמערקט בעת דעם פֿעסטיוואַל), אָבער זי האָט פּלוצלינג געמוזט אַנולירן איר אויפֿטריט. אויף איר אָרט האָט דער לעגענדאַרער פּיאַניסט ראַדו לופּו ספּאָנטאַן אויפֿגעטראָטן מיט שובערטס אַ ליד.

אַ צווייטער אַרטיסט אין דער פּראָגראַם דאָנערשטיק, איז געווען באַשקיראָוואַס זון, דער פֿידל־שפּילער מיכאל באַרענבוים. אין די פֿריִערדיקע יאָרן איז איר מאַן — דער דיריגענט און פּיאַניסט, דניאל באַרענבוים — אויך אויפֿגעטראָטן אויפֿן פֿעסטיוואַל. ער איז אַ פֿירנדיקע פֿיגור אין בערלין, סײַ ווי דער דירעקטאָר פֿון דער מלוכישער אָפּערע, סײַ ווי אַן אָפֿטער גאַסט בײַם בערלינער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער.

דער ירושלימער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון קאַמער־מוזיק שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם פֿאַרשטאַרקן די מוזיקאַלישע פֿאַרבינדונג צווישן די צוויי שטעט. „בערלין איז אַ נאַטירלעך אָרט פֿאַר מוזיקער, בפֿרט פֿאַר די ישׂראלים,‟ האָט באַשקיראָוואַ באַטאָנט, און צוגעגעבן מיט אַ שמייכל: „אַ מאָל, ווען מיר זוכן אַ ישׂראלדיקן מוזיקער פֿאַרן פֿעסטיוואַל אין ירושלים, דאַרפֿן מיר אים טאַקע אימפּאָרטירן פֿון בערלין.‟