אָדעסער ייִדן ווילן בלײַבן

Odessa’s Jews Want to Stay

די שטיצער פֿון דער אוקראַיִנישער רעגירונג אין אָדעס קלײַבן שטיינער דעם 2טן מײַ, זיך גרייטנדיק צום געשלעג מיט די פּראָ־רוסלענדישע דעמאָנסטראַנטן.
Julia Gorodetskaya
די שטיצער פֿון דער אוקראַיִנישער רעגירונג אין אָדעס קלײַבן שטיינער דעם 2טן מײַ, זיך גרייטנדיק צום געשלעג מיט די פּראָ־רוסלענדישע דעמאָנסטראַנטן.

פֿון ייִט״אַ

Published May 16, 2014, issue of June 06, 2014.

הגם אוקראַיִנע שטייט איצט אויף דער שוועל פֿון אַ בירגער־קריג, נאָך עטלעכע חדשים פֿון בלוטיקע אומרוען, פֿילט זיך אירינאַ זבאָראָווסקאַיאַ זיך רויִק אין אָדעס — אַ קאָסמאָפּאָליטישע שטאָט מיט אַ טראַדיציע פֿון דרך־ארץ צו די מינאָריטעט־גרופּעס און דיסידענטן. ווען אין נאָוועמבער האָבן זיך אָנגעהויבן די פּראָטעסטן, וועלכע האָבן געבראַכט צו אַ פּאָליטישן איבערקערעניש, האָבן די אָדעסער געטראַכט, אַז זייער שטאָט וועט בלײַבן שטיל.

דעם צווייטן מײַ האָט זיך די סיטואַציע געביטן. 42 מענטשן זענען אומגעקומען אין די גאַס־געשלעגן צווישן די פּראָ־רוסלענדישע דעמאָנסטראַנטן און די שטיצער פֿון דער אוקראַיִנישער רעגירונג; אַ סך פֿון זיי זענען פֿאַרברענט געוואָרן בעת אַ שׂריפֿה אין אַן אונטערגעצונדענעם בנין. דאָס איז געווען איינער פֿון די שרעקלעכסטע אינצידענטן אין דער איצטיקער אויפֿגערודערטער אוקראַיִנע.

זבאָראָווסקאַיאַ, די דירעקטאָרין פֿונעם אָרטיקן „דזשוינט‟־ביוראָ, האָט געזאָגט, אַז ביז יענעם טאָג וואָלטן די אָדעסער זיך נישט משער געווען, אַז אין זייער פֿרײַנדלעכער שטאָט קאָן געשען אַזאַ רציחה. ביז לעצטנס, איז אָדעס, מיט איר רוישיק נאַכט־לעבן, פּראָגרעסיווע קולטור־סצענעס און געמיטלעכע קאַפֿעטעריעס, טאַקע געבליבן רויִק.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אָדעס באַטרעפֿט 30—45 טויזנט נפֿשות. אין פֿאַרגלײַך מיט קיִעוו, וווּ אין די לעצטע חדשים זענען פֿאָרגעקומען פֿיר ערנסטע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, האָבן די אָדעסער ייִדן נישט געליטן פֿון קיין אַטאַקן. נאָכן צווייטן מײַ איז אָבער די קהילה געווען שטאַרק פֿאַרזאָרגט. דער נײַער ייִדישער קולטור־צענטער, וווּ עס געפֿינט זיך אויך אַ קינדער־גאָרטן, שטייט לעבן דעם הויפּט־שטאַב פֿון דער פּאָליציי, וועלכן די דעמאָנסטראַנטן האָבן איבערגענומען דעם 4טן מײַ. הגם דער בנין בלײַבט אָפֿן, האָט מען אָפּגעשטעלט אַלע ספּעציעלע אונטערנעמונגען — לכל־הפּחות, ביזן 25סטן מײַ, ווען מע פּלאַנירט דורכצופֿירן די ערשטע וואַלן אין אוקראַיִנע נאָך דער רעוואָלוציע.

פֿריִער, האָט די פּרעסע איבערגעגעבן, אַז די אָדעסער ייִדישע קהילה אַרבעט איבער אַן עוואַקואַציע־פּלאַן. אַ קהילה־וואָרטזאָגער, בערל קאַפּולקין, האָט אָפּגעלייקנט די דאָזיקע קלאַנגען און דערקלערט, אַז דערווײַל קלײַבן זיך נישט די ייִדן צו פֿאַרלאָזן די שטאָט, כּל־זמן עס הייבט זיך נישט אָן אַן עכטע מלחמה. קאַפּולקין האָט צוגעגעבן, אַז אין די אָדעסער שילן זאָגט מען תּפֿילות פֿאַרן שלום און מע האָפֿט, אַז דאָס וועט נישט געשען.

לויט דער „סוכנות‟, זענען 762 ייִדן אַוועקגעפֿאָרן פֿון אוקראַיִנע במשך פֿונעם ערשטן קוואַרטאַל פֿונעם איצטיקן יאָר. אַ סך ווילן אָבער דווקא בלײַבן אינעם לאַנד. צבֿי אַריאלי, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער מיליטער־מאַן, וועלכער וווינט איצט אין קיִעוו און האָט דאָרטן אָרגאַניזירט אַ קליינע ייִדישע שוץ־גרופּע, האָט דערקלערט, אַז „די, וואָס האָבן געוואָלט אַוועקפֿאָרן, זענען שוין אַוועקגעפֿאָרן‟.

פּאַוועל קאָזלענקאָ, דער 43־יאָריקער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אָדעסער חורבן־מוזיי און דער צוקונפֿטיקער דירעקטאָר פֿונעם צווייטן ייִדישן מוזיי, וואָס מע פּלאַנירט צו עפֿענען אין דער שטאָט, האָט באַטאָנט, אַז די אָרטיקע ייִדן האָבן ליב זייער שטאָט און ווילן דאָרטן בלײַבן. הגם די אַנומלטיקע בלוטיקע געשעענישן האָבן אים איבערראַשט, וויל ער אויך בלײַבן אין אָדעס.