ער האָט געבױט פֿאַר זיך אַ טורעם

He Built Himself a Tower

יורי שערלינג
יורי שערלינג

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published May 18, 2014, issue of June 06, 2014.

קום, קום גיכער אַהער, האָט מיך אַ רוף געטאָן מײַן פֿרױ, אין טעלעװיזיע װײַזט מען אַ פֿילם װעגן דײַן חבֿר. מיר איז אינטערעסאַנט געװאָרן, װעמען מײַן פֿרױ האַלט פֿאַר מײַנעם אַ חבֿר. קום איך אַרײַן אינעם צװײטן צימער און זע, אַז סע רעדט זיך װעגן אַן אינטערװיו מיט יורי שערלינג. דער פֿילם האָט דערצײלט װעגן אַ טורעם, װאָס שערלינג בױט פֿאַר זיך לעבן זײַן גרױס און שײן הױז. עס װײַזט אױס, אַז דעם פֿילם מיטן אינטערװיו האָט מען געמאַכט מיט דרײַ יאָר צוריק, װײַל מיט אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק, װען איך בין געװען בײַ שערלינג צו גאַסט, איז דער טורעם שוין געװען כּמעט פֿאַרטיק.

דרײַ טעג בין איך דעמאָלט געזעסן מיטן גאַסטגעבער און „געשליפֿן‟ דעם טעקסט צו אַ ייִדישן „רעקװיעם‟, װעלכן שערלינג האָט געזאָלט אָנשרײַבן צו זײַן 70סטן געבורטסטאָג, אין אױגוסט 2014. מיט אַ יאָר צוריק האָבן מיר זיך צעבוצקעט צוליב אַ נאַרישקײט, און איך װײס ניט, צי מאַעסטראָ שערלינג האָט יאָ אָנגעשריבן די מוזיק צום טעקסט פֿון מײַן „רעקװיעם‟, צי ניט. איך סטאַרע זיך ניט טראַכטן װעגן דעם, אָבער דער טעלעװיזיע־פֿילם װעגן שערלינגס טורעם האָט מיך אומגעקערט אין דער צײַט פֿון אונדזער ערשטער טרעפֿונג.

די מעשׂה האָט זיך אָנגעהױבן מיט פֿופֿצן יאָר צוריק. אַ צילגעװענדטער יונגער־מאַן פֿון דרעזדען, דעטלעף הוטשענרױטער, האָט זיך פֿאַרליבט אין ייִדיש און אין דער ייִדישער קונסט. שטאַמען האָט ער געשטאַמט פֿונעם סאַקסאָנישן שטעטל צװיקױ, און די ליבע צו דער ייִדישער קולטור האָבן אים איבערגעגעבן זײַנע באָבע־זײדע, װעלכע האָבן געװױנט אין אַ ייִדישן קװאַרטאַל, בשכנות מיט דער משפּחה שאָקען, װעלכע איז ביזן הײַנטיקן טאָג די באַלעבאָסטע פֿון דער ישׂראלדיקער צײַטונג „האָרץ‟. בקיצור, אָט דער־אָ דעטלעף הוטשענרױטער האָט איבערגעקערט װעלטן, און געגרינדעט אַ ייִדישע טרופּע בײַם „ראָק־טעאַטער־דרעזדען‟.

די ערשטע פֿאָרשטעלונג אױף ייִדיש, „די מגילה‟ לױט איציק מאַנגערס לידער־ציקל, האָט געהאַט אַ גרױסן דערפֿאָלג; דעם ספּעקטאַקל האָט געשטעלט דער באַװוּסטער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר שלום בונים, אונדז צו לאַנגע יאָרן, און אַפֿילו דבֿ זעלצער, דער מחבר פֿון די לידער צו „די מגילה‟ האָט אַקטיװ געאַרבעט מיט די מוזיקער און אַקטיאָרן. אױך „באָנציע־שװײַג‟, דער צװײטער ספּעקטאַקל פֿון דער ייִדישער טרופּע האָט אויסגענומען בײַם עולם, און דאַן, האָט דער דרעזדענער מאַגיסטראַט באַשלאָסן, אַז דער שטאָטראַט קען און דאַרף אונטערהאַלטן די אידעע צו פֿאַרװאַנדלען די צופֿעליקע ייִדישע אונטערנעמונגען אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן יערלעכן פֿעסטיװאַל. עס איז געקומען די צײַט אױסצואַרבעטן און באַשטימען די סטראַטעגישע ריכטונג פֿונעם פֿעסטיװאַל און צוציִען צו דער אַרבעט די בעסטע ייִדישע כּוחות.

עס איז געקומען דער געבענטשטער טאָג, און אינעם גרױסן עסצימער פֿון דער היסטאָרישער „װילאַ װאַזאַ‟ אין דרעזדען זײַנען זיך צונויפֿגעקומען חײם בײדער און מרים האָפֿמאַן פֿון ניו־יאָרק, דבֿ זעלצער און לעװ בערינסקי פֿון ישׂראל, רפֿאל גאָלדװאַסער פֿון שטראַסבורג, יחיאל שרײַבמאַן פֿון מאָלדאָװע, גאָלדע טענצער פֿון װאַרשע און אַ גרױסע גרופּע ייִדיש־ליבהאָבער פֿון גאָר דער װעלט. ייִדיש האָט געקלונגען אױף יעדן שריט און טריט, עס איז געװען פֿרײלעך, מיט אײן װאָרט — אַ שׂימחה־ושׂשׂון.

איצט קום איך צו צו דער הױפּט־טעמע פֿון מײַן דערצײלונג. אין אײנעם אַ שײנעם טאָג בעת יענעם פֿעסטיװאַל איז צו מיר צוגעגאַנגען דעטלעף הוטשענרױטער און אײַנגערױמט מיר אַ סוד אין אױער: נאָך מיטאָג װעט אין דרעזדען קומען יורי שערלינג, דער גרינדער פֿונעם ייִדישן מוזיקאַלישן קאַמער־טעאַטער. קומען קומט ער מיט זײַן פּריװאַטן עראָפּלאַן און, צום באַדױערן, נאָר אױף אַ פּאָר שעה. דער ציל פֿון שערלינגס װיזיט איז געװען צו באַהאַנדלען די תּנאָים פֿון אױפֿפֿירן זײַן אָפּערע־מיסטעריע „אַ שװאַרץ צײַמל פֿאַר אַ װײַס פֿערדל‟ אין „ראָק־טעאַטער־דרעזדען‟. עס האָט אונדז זײער צוגעפֿידלט, האָט צוגעגעבן דעטלעף, װײַל אױך חײם בײדער, דער מחבר פֿונעם ליברעטאָ, געפֿינט זיך אין דרעזדען.

װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? יורי שערלינג און זײַן ייִדישער קאַמער־טעאַטער איז געװען פֿאַר מיר אַ מין סימבאָל פֿונעם קאַמף פֿאַר דער ייִדישער קולטור אין די פֿינצטערע יאָרן פֿון די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אױף אַלץ, װאָס האָט געהערט צו ייִדישקײט. איך רעד שױן ניט װעגן דער אױסגעצײכנטער מוזיק, כאָרעאָגראַפֿיע און רעזשי פֿון שערלינגס ספּעקטאַקלען. כ’מײן, אַז איך בין געװען ניט דער אײנציקער, װאָס האָט געקענט שערלינגס אָפּערע אױף אױסנװײניק. די ייִדישע אינטעליגענץ, און באַזונדער די יוגנט, האָט אים פֿאַרגעטערט. די צװײ פּלאַטעס מיט אַ רעקאָרדירונג פֿון דער אָפּערע פֿלעגט מען פֿאַרקױפֿן נאָר אױפֿן „שװאַרצן מאַרק‟ און עס האָט געקאָסט אַ סך געלט. אָט אַזאַ פּאָפּולערער מענטש איז ער, יורי שערלינג, געװען אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. אַזױ פֿיל יאָרן האָב איך געטרױמט צו באַקענען זיך מיט אים און אָט… דער אײבערשטער האָט דערהערט מײַן ביטע, און יורי שערלינג, בכבֿודו־ובֿעצמו, קומט הײַנט קײן דרעזדען, און מיר װעלן זיך, מירטשעם, באַקענען.

דערװײַל זײַנען מיר, דעטלעף הוטשענרױטער, לעװ בערינסקי און די מאָלערין אירענע פֿרענקעל, וועלכע איז געקומען פֿון ניו־יאָרק מיט אירע אַקװאַרעל־אילוסטראַציעס צו בערינסקיס נײַעם בוך „לופֿטבלומען‟, געזעסן אינעם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן צענטער „תּיקװה‟ און געװאַרט אױף חײם בײדערן און יורי שערלינג. אירענאַ האָט צעלײגט די לופֿטיקע, ממש שמעקנדיקע מיט פֿרילינג אילוסטראַציעס אױפֿן דיל, און זײ האָבן באַדעקט דעם גאַנצן שטח, פֿון דעם טיר־חלל און ביז דער װאַנט.

דער ערשטער האָט זיך אינעם טיר־חלל באַװיזן יורי שערלינג. ער האָט באַקוקט די אילוסטראַציעס און, אָן אַ װאָרט, זיך גלײַך געלאָזט גײן צו דער פּיאַנע בײַ דער װײַטער װאַנט און אָנגעהױבן שפּילן, און טאַקע אַזױ הױך און גיך, אַז ס’האָט מיר אָנגעהױבן שװינדלען אין די אױגן. פֿאַרענדיקט צו שפּילן, איז ער אױפֿגעשטאַנען, צוגעלײגט די רעכטע האַנט צו דער ברוסט, אָנגעבױגן דעם קאָפּ און, אַנשטאָט פֿאָרשטעלן זיך, שטיל אַרױסגערעדט: „פֿערענץ ליסט‟… מיר אַלע זײַנען געבליבן שטײן מיט אָפֿענע מײַלער און דאָ, פּלוצעם, אינעם טיר־חלל האָט זיך באַװיזן חײם בײדערס קודלעװאַטער קאָפּ.

„אָ, — האָט ער אַ זאָג געטאָן, — כ’האָב אײַך טאַקע געפֿונען. װאָס?… שערלינג?…‟ — און אַ פֿרײלעכער האָט בײדער געלאָזט זיך גײן איבער די צעלײגטע אילוסטראַציעס אױפֿן דיל. אירענע פֿרענקעלס האָט היסטעריש אָנגעהויבן לאַכן. ביידער האָט זיך אויף אַ רגע אָפּגעשטעלט. ער האָט אַ קוק געטאָן אױפֿן דיל, אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ: „אָ, זײער שײנע בילדער‟, — און איז װײַטער געלאָפֿן איבער די אילוסטראַציעס, גלײַך צו שערלינג. צוגעלאָפֿן און גלײַך אַ פֿרעג געטאָן: „נו, שערלינג, האָסט מיר מסתּמא געבראַכט מײַן געלט!…‟

אַ סך יאָרן האָב איך ניט געקענט פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ פֿינאַנציעלע טענות האָט אַזאַ באַשײדענער מענטש װי חײם בײדער געקענט האָבן צו יורי שערלינג. צו פֿרעגן בײדערן האָב איך זיך געשעמט. אין גיכן איז שױן ניט געװען בײַ װעמען צו פֿרעגן און אָט, דאָ ניט לאַנג האָב איך זיך אָנגעשטױסן אױפֿן בוך פֿונעם רוסישן שרײַבער מיכאַיִל װעלער, „לעגענדעס פֿונעם נעװסקער פּראָספּעקט‟, װאָס איז אַרױס פּונקט אין יענעם 1999טן יאָר, װען מיר אַלע האָבן זיך געטראָפֿן אין דרעזדען.

אין װעלערס ביכל איז דאָ אַ דערצײלונג „אַ פֿוגע מיט אַ טעניס־שפּילער‟, און די העלדן פֿון דער־אָ דערצײלונג זײַנען טאַקע חײם בײדער און יורי שערלינג. אײנע פֿון די בײַ־טעמעס אין דער דערצײלונג איז טאַקע שערלינגס צוזאַמענאַרבעט מיט בײדערן איבער דער אָפּערע־מיסטעריע „אַ שװאַרץ צײַמל פֿאַר אַ װײַס פֿערדל‟. איך ציטיר:

„…דער אַלטער דיכטער חײם בײדער האָט זיך צונױפֿגעשטױסן מיטן יונגן רעזשיסאָר שערלינג. מיר כאַראַקטעריזירן שערלינגען לױט זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער טעטיקײט, װי אַ רעזשיסאָר, כּדי ניט כאַראַקטעריזירן אים לױט די מאָראַלישע נאָרמעס, װי אַ טינוף. ער (שערלינג) האָט זיך געװאָנדן צום באַקאַנטן ייִדישן דיכטער בײדער מיט אַ פֿאָרשלאָג אָנצושרײַבן אַ ליברעטאָ צום מוזיקל ׳אַ שװאַרץ צײַמל פֿאַר אַ װײַס פֿערדל׳. בײדער איז די טעמע געװען זײער נאָענט, און ער האָט אָנגעשריבן דעם ליברעטאָ… שערלינג האָט אױף דעם פֿאַרדינט אַ מאַיאָנטיק, אין אונטערשײד פֿון בײדערן, װעלכן ער האָט ניט באַצאָלט קײן אײן גראָשן. אױף אַלע ייִדישע פֿערד וועט קײן צײַמלעך ניט סטײַען…‟