אַמעריקע: ניטאָ קיין פּראָגרעס אין פֿאַרהאַנלדונגען מיט איראַן

US: Little Progress in Iran Nuclear Talks

אַבאַס אַראַטשי (אין מיטן), דער איראַנישער הויפּט־פֿאַרמיטלער אין די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען, פֿאַר דער לעצטער זיצונג מיט די זעקס הויפּט־מאַכטן, דעם 16טן מײַ, אין ווין
Getty Images
אַבאַס אַראַטשי (אין מיטן), דער איראַנישער הויפּט־פֿאַרמיטלער אין די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען, פֿאַר דער לעצטער זיצונג מיט די זעקס הויפּט־מאַכטן, דעם 16טן מײַ, אין ווין

פֿון רויטערס

Published May 18, 2014, issue of June 06, 2014.

ווין. — איראַן און זעקס פֿון די הויפּט־לענדער, וואָס באַטייליקן זיך אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן וועגן איר נוקלעאַרער פּראָדוקציע, האָבן ביז איצט געמאַכט זייער ווייניק פּראָגרעס, האָט אַן אַמעריקאַנער הויכער באַאַמטער איבערגעגעבן פֿרײַטיק, און דערבײַ אַרויסגערופֿן אַ ספֿק, צי די צדדים וועלן קאָנען דערגרייכן אַ הסכּם ביזן טערמין אין יולי.

די איסלאַמישע רעפּובליק האָט אויך באַמערקט, אַז די לעצטע רונדע פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן אין ווין מיטוואָך, גייען אָן מיט שוועריקייטן.

ס׳איז מעגלעך, אַז די דערקלערונגען מצד ביידע לענדער זענען אַ פּרוּוו צו דריקן אויפֿן צווייטן צד, אָבער ווי עס איז, ווײַזן זיי בולט אָן ווי ווײַט מע וועט נאָך דאַרפֿן גיין צו דערגרייכן אַ הסכּם.

די שטימונג איז אָבער געווען אַ העפֿלעכע אויף דער זיצונג, וואָס האָט געדויערט בערך צוויי שעה. אַזוינע טרעפֿונגען, וואָס מע האָט אַ מאָל זיך אַפֿילו נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, קומען איצט פֿאָר גאַנץ אָפֿט, בעת די צוויי שׂונאים באַמיִען זיך ווידער צו געפֿינען אַן אָפֿיצילע קאָמוניקאַציע זינט די איסלאַמישע רעוואָלוציע אין איראַן האָט אָפּגעזונדערט דאָס לאַנד פֿון דער מערבֿ־וועלט אין 1979.

די זיצונג אין ווין איז געווען די פֿערטע רונדע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן איראַן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, בריטאַניע, כינע און רוסלאַנד.

די איסלאַמישע רעפּובליק זאָגט, אַז זי וויל פֿאַרגרעסערן די צאָל צענטריפֿוגעס אין לאַנד, כּדי צו באַרײַכערן אוראַניום, טענהנדיק, אַז זי דאַרף זיי, כּדי צו דערמעגלעכן אַ נעץ פֿון נוקלעאַרע קראַפֿט־סטאַנציעס.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אירע אַליִיִרטע טענהן אָבער, אַז דאָס איז נישט דערטרעגלעך, ווײַל די זעלבע צענטריפֿוגעס קאָנען אויך אויסגעניצט ווערן בײַם צונויפֿצושטעלן באָמבעס. אַמעריקע וויל, פֿאַרקערט, אַז איראַן זאָל ממשותדיק פֿאַרקלענערן די צאָל צענטריפֿוגעס — בערך 10,000 — וואָס זי אָפּערירט איצט.

ישׂראל האָט דערווײַל נישט אויפֿגעהערט צו וואָרענען, אַז זי וועט אַטאַקירן די איראַנישע נוקלעאַרע אײַנריכטונגען, אויב זי האַלט, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען באַווײַזן נישט אײַנצוהאַלטן טעהעראַנס אַטאָמישע פֿעיִקייטן און פּאָטענציאַל. פֿרײַטיק האָט ישׂראל טאַקע ציטירט אַ באַריכט פֿון דער עקספּערטן־קאָמיסיע בײַ דער „יו־ען‟, אַז טעהעראַן אַנטוויקלט ווײַטער איר ראַקעטן־פּראָגראַם, נישט געקוקט אויף די „יו־ען‟־סאַנקציעס קעגן איר. די ידיעה האָט דערבײַ נאָך מער קאָמפּליצירט די פֿאַרהאַנדלונגען.

נאָך אַ סך יאָרן פֿון פֿײַנטלעכע באַציִונגען מיט דער מערבֿ־וועלט, האָט איראַן פֿאַראַיאָרן דערוויילט אַ פּראַגמאַטישן פּאָליטיקער פֿאַר פּרעזידענט, האַסאַן רוכאַני — אַ שריט וואָס האָט דערמעגלעכט אָנצוהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען. אויב רוכאַני וועט אָבער נישט קאָנען דערגרייכן אַן אָפּמאַך, וועט עס פֿאַרשטאַרקן די האַנט פֿון זײַן האַרט־ליניקער אָפּאָזיציע, וועלכע באַשולדיקט אים אינעם זײַן גרייט אָפּצושטעלן איראַנס נוקלעאַרע פֿעיִקייטן.