ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

דניאל היימאַן
דניאל היימאַן

פֿון שרה זילבערמאַן

Published May 19, 2014, issue of June 06, 2014.

דער געוועזענער דירעקטאָר פֿון דער סידנעיער ישיבֿה אָנערקענט זײַן שולד

דניאל היימאַן, אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿון דער סידנעיער ישיבֿה, איז זיך מודה געווען אין געריכט, אַז ער איז באַגאַנגען צוויי פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער במשך פֿון די 1980ער יאָרן. איינער פֿון די מיסברויכן איז פֿאָרגעקומען אין אַ פּריוואַטער היים, און איינער — אין אַ ייִדישן זומער־לאַגער.

איינער פֿון די געליטענע האָט רעקאָרדירט, ווי היימאַן האָט זיך מודה געווען אינעם פֿאַרברעכן במשך פֿון אַ שמועס אין נאָוועמבער 2011. היימאַן, וואָס וווינט איצט אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט באַצאָלט אים 27,000$, כּדי ער זאָל דאָס פֿאַרשווײַגן, כאָטש ער האָט שוין געהאַט גערעדט מיט דער פּאָליציי מיט אַ יאָר פֿריִער וועגן דעם פֿאַרברעכן. צוליב דעם אָפּמאַך קען יענער נישט אָנקלאָגן היימאַנען אין ציווילן געריכט, כאָטש די פּאָליציי האָט גענוצט די רעקאָרדירונג אין קרימינעלן געריכט.

היימאַן וועט פֿאַרמישפּט ווערן במשך פֿון דער קומענדיקער וואָך. ער זאָגט, אַז ער וויל אויסמײַדן דאָס זיצן אין טורמע.

די קיניגלעכע קאָמיסיע, וואָס פֿאָרשט אויס ווי אַזוי די רעליגיעזע אינסטיטוציעס פֿון אַלע מינים האָבן רעאַגירט אויף באַשולדיקונגען, אַז סעקסועלע מיסברויכן זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן קינדער, פֿאַר וועמען זיי טראָגן דאָס אחריות, האָט גערופֿן אַלע געליטענע זיך צו שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער קאָמיסיע, און איר איבערגעבן וואָס מיט זיי איז געשען. דערווײַל האָבן העכער 1,500 אויסטראַליער זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט דער קאָמיסיע. די אָרגאַניזאַציע „צדק‟, וואָס רעדט אין נאָמען פֿון די ייִדישע געליטענע, האָט אויך גערופֿן אַלע, וועלכע האָבן געליטן סעקסועלע מיסברויכן, זיך צו שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער פּאָליציי.

אויסטראַליער וועלן דינען ווי ראַטירער אויף ישׂראלדיקע פּלאַזשעס

אַ גרופּע פּלאַזשע־וועכטער וועט פֿאָרן קיין ישׂראל אין סעפּטעמבער, כּדי אַרויסצוהעלפֿן די אָרטיקע פּלאַזשע־וועכטערס אויסצומײַדן סכּנות פֿאַר שווימערס. 34 פּערזאָן זענען דערטרונקען געוואָרן לעבן די ישׂראלדיקע פּלאַזשעס במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, לויט די ישׂראלדיקע צײַטונגען.

ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם פּאַביאַניצער יזכּור־בוך

דער צווייטער דור פֿון דער פּאַביאַניצער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין מעלבורן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון דעם פּאַביאַניצער יזכּור־בוך „ספֿר פּאַביאַניצע‟, וואָס איז שוין דערשינען אין ייִדיש און העברעיִש.

פּאַביאַניצע איז אַ שטעטל לעבן לאָדזש, וווּ די באַקליידונג־אינדוסטריע האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון די אָרטיקע ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. דאָס בוך נעמט אַרײַן אַרטיקלען וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּאַביאַניצע, וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אַרבעטער אינעם שטעטל, וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה, דערציִונג, פֿאַרווײַלונג, פּאָליטיק, וועגן לאָקאַלע פּערזענלעכקייטן, דעם חורבן, דער פֿאַביאַניצער געטאָ, דער לאָדזשער געטאָ, אוישוויץ, וועגן דער פּאַרטיזאַנקע לעבן מינסק, וועגן די לעבן-געבליבענע פּאַביאַניצער ייִדן און זייערע קינדער. די אַרויסגעבער האָבן אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז אויך אַנדערע לאַנדסמאַנשאַפֿטן וועלן אַרויסגעבן ענגלישע איבערזעצונגען פֿון זייערע יזכּור־ביכער, כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן קענען לייענען וועגן די שטעטלעך, פֿון וועלכע עס זײַנען אַרויס זייערע אָבֿות.

„לימוד אָז‟ — דעם 7־9 יוני

דער הײַיאָריקער „לימוד אָז‟ וועט פֿאָרקומען אין מעלבורן אויפֿן קאָלפֿילדער קאַמפּוס פֿון מאָנאַש־אוניווערסיטעט פֿונעם 7טן ביזן 9טן יוני. פֿופֿצן אויסלענדישע רעדנערס קומען אָנטיילצונעמען אין דער אונטערנעמונג, און פֿיל לאָקאַלע דערציִער, שרײַבער און אַקטיוויסטן וועלן זיך אויך באַטייליקן.