אַ מוסולמענישער פֿירער פֿאַרמישפּט פֿאַר טעראָריזם

Muslim Cleric Convicted For Terrorism

דער מישפּט איבער מוסטאַפֿאַ קאַמעל מוסטאַפֿאַ הייבט זיך אָן אין ניו־יאָרק, דעם 14טן אַפּריל
Spencer Platt/Getty Images
דער מישפּט איבער מוסטאַפֿאַ קאַמעל מוסטאַפֿאַ הייבט זיך אָן אין ניו־יאָרק, דעם 14טן אַפּריל

פֿון ייִט״אַ

Published May 21, 2014, issue of June 06, 2014.

מוסטאַפֿאַ קאַמעל מוסטאַפֿאַ, אַ בריטישער מוסולמענישער גײַסטיקער פֿירער, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿאַר טעראָריסטישער טעטיקייט לטובֿת „אַל־קײַדאַ‟, ווי אויך אין שײַכות מיטן פֿאַרכאַפּן אַ גרופּע טוריסטן אין תּימן, אינעם יאָר 1998.

נאָך אַ פֿיר־וואָכיקן פּראָצעס, האָבן די אײַנגעשוווירענע אין דערקלערט שולדיק אין אַלע 11 פֿאַרברעכנס, אַרײַנגערעכנט דאָס ווערבירן טעראָריסטן פֿאַר „אַל־קײַדאַ‟; דאָס באַטייליקן זיך אין דער תּימנער פֿאַרכאַפּונג־מעשׂה; און דאָס פּרוּוון צו שאַפֿן אַ טעראָריסטישן צוגרייטונג־לאַגער אינעם שטאַט אָרעגאָן. פֿאַר אַזעלכע פֿאַרברעכנס קאָן מוסטאַפֿאַ פֿאַרמישפּט ווערן צו אַ לעבנס־לאַנגן תּפֿיסה־טערמין.

די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז מוסטאַפֿאַ איז ביז איצט אָפּגעזעסן זיבן יאָר אין אַ בריטישער טורמע פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן ראַסיסטישע העצע און פּרעדיקן צו דערהרגענען די שׂונאים פֿון איסלאַם. ווען זײַן טערמין האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט מען אים איבערגעגעבן די אַמעריקאַנער געריכט־אינסטאַנצן, ווי אַ באַשולדיקטער אין שײַכות מיט טעראָריזם.

דער 56־יאָריקער פֿירער, אַ געבוירענער אין עגיפּטן, אויך באַקאַנט ווי אַבו־כאַמזאַ אַל־מאַסרי, האָט פֿריִער געדינט ווי אַן אימאַם אינעם צענטראַלן מעטשעט פֿון פֿינסבערי־פּאַרק, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון לאָנדאָן. אונטער זײַן פֿירערשאַפֿט, האָט דער מעטשעט באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ שטאָטישן צענטער פֿון ראַדיקאַל־מיליטאַנטישן איסלאַמיזם.

אינעם יאָר 1998, זענען 16 טוריסטן פֿון ענגליש־שפּראַכיקע לענדער פֿאַרכאַפּט געוואָרן אין תּימן. פֿיר פֿון זיי זענען אומגעקומען בעת דער מיליטערישער אָבלאַווע און נאָך צוויי פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, ווען די פֿאַרכאַפּער האָבן זיי אויסגענוצט ווי לעבעדיקע שילדן.

מוסטאַפֿאַ האָט אָפּגעלייקנט זײַן שײַכות צום אינצידענט און באַטאָנט, אַז ער האָט געדינט בלויז ווי אַ וואָרטזאָגער פֿאַר די פֿאַרכאַפּער. די פּראָקוראַטור האָט אים אָבער באַשולדיקט אינעם שמועסן פֿון פֿריִער אויפֿן טעלעפֿאָן מיט דעם הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר פֿונעם דאָזיקן פֿאַרברעכן, און אַנדערע סימנים פֿון מוסטאַפֿאַס דירעקטער באַטייליקונג.