פּאַראַגווײַ עפֿנט ווידער אַמבאַסאַדע אין ישׂראל

Paraguay Reopens Embassy in Israel

דער פּאַראַגווײַער פּרעזידענט האָראַסיאָ קאַרטעס (רעכטס) מיטן ישׂראלדיקן וויצע־אויסערן־מיניסטער זאבֿ עלקין, בעת עלקינס וויזיט אין פּאַראַגווײַ, דעם 15טן אויגוסט 2013
Courtesy of the Israeli Foreign Ministry
דער פּאַראַגווײַער פּרעזידענט האָראַסיאָ קאַרטעס (רעכטס) מיטן ישׂראלדיקן וויצע־אויסערן־מיניסטער זאבֿ עלקין, בעת עלקינס וויזיט אין פּאַראַגווײַ, דעם 15טן אויגוסט 2013

פֿון ייִט״אַ

Published May 22, 2014, issue of June 06, 2014.

נאָך צוועלף יאָר, וואָס די פּאַראַגווײַער אַמבאַסאַדע אין ישׂראל איז געבליבן פֿאַרמאַכט, האָט זי דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק ווידער געעפֿנט אירע טירן.

ישׂראל האָט געהאַט געשלאָסן איר אַמבאַסאַדע אין פּאַראַגווײַ אין 2002 צוליב פֿינאַנציעלע סיבות, האָט פּאַראַגווײַ דעמאָלט געטאָן דאָס זעלבע.

בעת דער צערעמאָניע אין דער נײַער אַמבאַסאַדע אין הרצליה פּתוח, לעבן תּל־אָבֿיבֿ, האָט דער ישׂראלדיקער וויצע־אויסערן־מיניסטער זאבֿ עלקין דערציילט וועגן זײַן וויזיט אין פּאַראַגווײַ פֿאַראַיאָרן לטובֿת דער אײַנשווערונג פֿון פּרעזידענט האָראַסיאָ קאַרטעס. עלקין האָט דעמאָלט פֿאַרבעטן קאַרטעס צו באַזוכן ישׂראל, „כּדי צו פֿאַרשטאַרקן אונדזערע באַציִונגען‟.

„מיר ווילן מיטאַרבעטן אין איפֿראַסטרוקטור־פּראָיעקטן, ווי אויך אין דער ענערגיע־ און אַגריקולטורעלער מאָדערניזאַציע פֿון פּאַראַגווײַ,‟ האָט עלקין געזאָגט.

דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן וועט פֿאָרן קיין פּאַראַגווײַ דעם 24סטן יולי. דער פּאַראַגווײַער אויסערן־מיניסטער עלאַדיאָ לויזאַגאַ האָט אויך בדעה צו באַזוכן ישׂראל, אָבער האָט נאָך נישט אָנגעגעבן קיין דאַטע.

די ישׂראלדיקע רעגירונג איז בכלל לעצטנס געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין אָנקניפּן נעענטערע באַציִונגען מיט לאַטײַן־אַמעריקע. זונטיק האָט די רעגירונג אָנגענומען אַ 3־יאָריקן פּלאַן צו אינוועסטירן 14.4 מיליאָן דאָלאַר אויף צו פֿאַרשטאַרקן אירע עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען מיט דער „פּאַציפֿישער אַליאַנץ‟, אַ קאָאַליציע פֿון פֿינף לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער — קאָלומביע, טשילע, מעקסיקע, פּערו און קאָסטאַ־ריקאַ.

דערצו וועט מען אויפֿשטעלן אַ לאַטײַן־אַמעריקאַנער ביוראָ בײַ דער אינסטאַנץ פֿון אויסלענדישן האַנדל אינעם ישׂראלדיקן עקאָנאָמיע־מיניסטעריום, און אַ צווייטן ביוראָ אינעם עקאָנאָמישן אָפּטייל פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום.

ישׂראל האָט אויך אַן אָפּמאַך פֿון פֿרײַען האַנדל מיטן דרום־אַמעריקאַנער האַנדל־בלאָק „מערקאָסור‟, וואָס שליסט אײַן פּאַראַגווײַ.