בייזע שפּילקעס נאָכן נצחון

Senseless Bitterness After Victory

די אָנהענגער פֿון „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟ פּראַווען דעם נצחון פֿון דער מאַנשאַפֿט, דעם 19טן מײַ, אויף כּיכּר־רבין
Getty Images
די אָנהענגער פֿון „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟ פּראַווען דעם נצחון פֿון דער מאַנשאַפֿט, דעם 19טן מײַ, אויף כּיכּר־רבין

פֿון עמיל קאַלין

Published May 22, 2014, issue of June 06, 2014.

די גדולה איז גרויס: „מכּבי תּל-אָבֿיבֿ‟, די וויכטיקע און כּמעט די איינציקע בכּבֿודיקע פֿאָרשטייערין פֿון דער ישׂראלדיקער ספּאָרט־וועלט, האָט געוווּנען דעם אייראָפּעיִשן פֿאַר­מעסט אין קוישבאָל.

שוין יאָרן, אַז איך קוק נישט אויף טעלעוויזיע ווי „מכּבי‟ שפּילט; די אַמאָליקע הייסע געפֿילן זענען אָפּגעקילט געוואָרן, אָבער הײַיאָר האָב איך דאָך זיך מטריח געווען און געקוקט ווי אונדזער קוישבאָל־מאַנשאַפֿט שפּילט אין דעם לעצטן שטאַפּל פֿון דעם פֿאַרמעסט — איין מאַטש קעגן מאָסקווער „צע־עס־קאַ‟ און דעם פֿינאַל — קעגן דער הויך-טאַלאַנטירטער מאַנשאַפֿט פֿון שפּאַניע — „ריאַל מאַדריד‟.

ביידע מאַטשן זענען געווען אויסערגעוויינטלעך: די שפּאַנונג, דער גײַסט פֿון דער מאַנשאַפֿט, די שטרעבונג, די אָנשטרענגונג — אַלץ אין איינעם האָט געמאַכט פֿון דעם איצטיקן „פֿײַנל-פֿאָר‟ אַ ספּאָרט־גע­שיכטע. ווי עס טרעפֿט זיך אָבער שטענ­דיק אין ישׂראל, האָבן זיך אָפּגע­זוכט מענטשן, וואָס זענען נישט געווען מסוגל צו אַפּלאָדירן, און אויפֿנע­מען די שיינקייט פֿון דער דער­גריי­כונג; זיי האָבן געמוזט אַרײַנגיסן אַ בי­טערן טראָפּ, אָדער בעסער גע­זאָגט: שפּײַען מיט גאַל.

די דערשײַנונג אַליין איז גאָר­נישט אינטערעסאַנט אָדער אוניקאַל: אַ מענטש מעג נישט פֿאַרגינען אָדער פֿײַנט האָבן „מכּבי תּל-אָבֿיבֿ‟ וויפֿל נאָר עס גלוסט זיך אים. וואָס איז יאָ אינטערעסאַנט אין די נישט־פֿאַר­גינערישע אויסדרוקן, וואָס טרעפֿן זיך אין דער פּרעסע — די טענות קעגן „מכּבי‟, די אַרגומענטן, וואָס ווערן גענוצט, די בייזע שפּילקעס אַ שטאָך צו טאָן און „אַראָפּרײַסן די מאַסקע‟.

די ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציע „מכּבי‟, נאָך דעם נאָמען פֿון יהודה המכּבי, איז געגרינדעט געוואָרן לויט מאַקס נאָרדאַוס וויזיע פֿון „דעם מוסקלען-ייִדנטום‟. דער סימבאָל פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז אַ מגן-דוד (מיר וועלן זען שפּעטער ווי דער סימבאָל ווערט גענוצט).

די קוישבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון „מכּבי תּל-אָבֿיבֿ‟, זײַענדיק די איינציקע ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט וואָס האָט דערגרייכט די העכסטע שטאַפּלען אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרע­נע, איז געוואָרן אַ מין רעפּרעזענ­טאַנט פֿון מדינת-ישׂראל; אי אַ סך ישׂראלים זענען אָנהענגער פֿון דער מאַנ­שאַפֿט, אי „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟ אַליין זעט זיך ווי אַ רעפּרעזענטאַנט פֿון דער ייִדי­שער מדינה. די ישׂראל־פֿאָנען, אין וועלכע די „מכּבי‟־קוישבאָל־שפּי­לער האָבן זיך אײַנגעוויקלט גלײַך נאָר דעם נצחון איבער „ריאַל מאַדריד‟, זאָגן עדות דערויף.

דער כאַראַקטער, וואָס ווערט צוגעטשעפּעט צו „מכּבי‟, אָדער איר אייגענער כאַראַקטער, רופֿן אַרויס נעגאַטיווע געפֿילן בײַ גע­וויסע מענטשן. ווער זענען אָט די מענטשן? (אַוודאי, נישט אַלע!) לאָמיר אַרײַנ­קוקן אין אַן אַרטיקעלע פֿון „האָרץ‟, אָנגעשריבן פֿון אַ באַקאַנטן קאָלומניסטן: „דער פֿלי פֿון מי­לאַן האָט געלאַנדט מיטן בעכער און די פֿרעמדע אַרבעטער, וואָס האָבן אים דעראָבערט‟. דער זשורנאַ­ליסט, אַ טעלעוויזיע־קריטיקער, וואָס איז „ציוניס­טיש געשטימט‟ (מיט גענדזן-פֿיסלעך) און איז הומאַניסטיש און לי­בעראַל (אָן גענדזן-פֿיסלעך) רײַסט פֿון זיך אַראָפּ די מאַסקע אומ­באַוווּסטזיניק.