בייזע שפּילקעס נאָכן נצחון

Senseless Bitterness After Victory

די אָנהענגער פֿון „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟ פּראַווען דעם נצחון פֿון דער מאַנשאַפֿט, דעם 19טן מײַ, אויף כּיכּר־רבין
Getty Images
די אָנהענגער פֿון „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟ פּראַווען דעם נצחון פֿון דער מאַנשאַפֿט, דעם 19טן מײַ, אויף כּיכּר־רבין

פֿון עמיל קאַלין

Published May 22, 2014, issue of June 06, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ער זעט אין די נישט-ישׂראל­דיקע און איבערהויפּט שוואַרצע קויש­באָל־שפּילער פֿון „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟ — „פֿרעמדע אַרבעטער‟, נישט-ייִדן, וואָס אַרבעטן בײַ „שוואַר­צער אַרבעט‟. עס פֿילט זיך אין זײַ­נע ווערטער אַ האַרבער גערוך פֿון קסענאָפֿאָביע און טאָטאַלער אומ­פֿאַרשטענדעניש. דער „גרויסער ליבעראַל‟ האָט געוואָלט אויפֿווײַזן, וואָס פֿאַר אַ גרויסער ליבעראַל ער איז, און אַרויסגעקוועטשט פֿון זיך דעם פֿאַרבאָרגענעם אמת: ער איז דאָך אַ קליינער שמאָל-קעפּיקער זשורנאַליסט.

צי עס פֿאַלט עמעצן אײַן צו רופֿן ליאָ מעסי „אַ פֿרעמדער אַרבע­טער‟? די קוישבאָל־שפּילער פֿון „מכּבי‟ זענען טאַלאַנטפֿולע ספּאָרט­לער וואָס, ווי עס איז די טבֿע אין דער ספּאָרט־וועלט, בײַט מען זיי פֿון צײַט צו צײַט די מאַנשאַפֿטן און לענדער; זיי פֿאַרדינען מיט זייער טאַ­לאַנט אַ שיי­נע סומע געלט. אַזוי איז דער כאַ­ראַקטער פֿון דעם פּראָפֿעסיאָנעלן ספּאָרט שוין אַ היפּש ביסל יאָרן.

שוין, ס׳איז אַוועק די צײַטן, ווען די „אַמאַטאָרן‟, זייערע הערצער, פֿול מיט ליבשאַפֿט פֿאַרן היימלאַנד, האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט ספּאָרט. אין די קאָמוניסטישע לענדער האָבן זיי געמוזט האָרעווען אַ גאַנץ לעבן אין דער שרעקלעכער פֿאַבריק פֿאַר מעדאַלן. עס איז אַ שאָד, אַז אַזאַ פֿאַלשע, פּרימיטיווע לעגענדע קאָן פֿאַר­בלענדן אויך הײַנט.

דער דאָזיקער „האָרץ‟־קאָלומ­ניסט איז אָבער נישט דער איינצי­קער; הלוואַי וואָלט עס אַזוי געווען. אַן אַנדער שרײַבער שעמט זיך אויך נישט צו שרײַבן, אַז „איך בין אַן אָנהענגער פֿון ׳הפּועל ירושלים׳, און אויב אונדזער טרענירער וועט האָב די העזה אַרויסצושטעלן די מאַנ­שאַפֿט אָן ישׂראלדיקע שפּילער, וועל איך באַלד פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. איך קום נישט אין „מאַלכאַ‟ [דער קוישבאַל-זאַל פֿון „הפּועל ירושלים‟ — ע. ק.] שוין דרײַסיק יאָר, ווײַל איך וויל נישט זען די פֿינף פֿרעמדע, אַ באַנדע אָנגעשטעלטע אויפֿן פּאַר­קעט‟.

עס איז צו שטוינען אײַנצוזען, וואָס פֿאַר אַ גיפֿט עס גיסט זיך פֿון די פֿעדער. לאָזט זיך אויס, אַז די אַזוי גערופֿענע „ליבעראַלן‟ און „הומאַניסטן‟ זענען צומאָל גאָר­נישט ליבעראַל און נאָך ווייניקער הומאַ­ניסטיש.