אַ געזעגענונג מיט „לעבנס־פֿראַגן‟

Adieu, Lebns-Fragn

„לעבנס־פֿראַגן” אין פֿאַרשידענע יאָרן
Bella Bryks-Klein
„לעבנס־פֿראַגן” אין פֿאַרשידענע יאָרן

פֿון פּעסיע פּאָרטנוי

Published May 22, 2014, issue of June 06, 2014.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז אין אַרבעטער-רינג, אין תּל-אָבֿיבֿ, פֿאָרגעקומען אַ צוזאַמענקום, וואָס דער ציל זײַנער איז געווען אָפּצומערקן צוויי דאַטעס: דאָס שליסן זיך פֿון דער ייִדישער צײַטשריפֿט „לעבנס-פֿראַגן‟, און די צווייטע: זיך געזעגענען מיט יצחק לודען, דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון דער אויסגאַבע.

אַוודאי, איז עס געווען אַ טרויעריקער צוזאַמענקום, ווי דען האָט עס געקאָנט זײַן אַנדערש? די צוויי סיבות פֿון דעם צוזאַמענקום וואָלט מען אָבער געקאָנט רעזומירן אין איין און דער זעלבער געשעעניש: יצחק לודען און „לעבנס-פֿראַגן‟ — צוויי באַזונדערע און גלײַכצײַטיק אומצעשיידבאַרע קעגנשטאַנדן. דער שרײַבער און באַשרײַבער פֿון אונדזערע תּוכיקע עקזיסטענץ-פֿראַגן פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן, וויסנדיק פֿון פֿאָרויס, אַז קיין אַנדערער וועט נישט קומען צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט.

יצחק לודען
Bella Bryks-Klein
יצחק לודען

מן־הסתּם פֿאַרמאָגט לודען וואָגיקע סיבות, וואָס האָבן אים געפֿירט אָנצונעמען אַזאַ דראַמאַטישן באַשלוס; עס פֿאַרמינערט אָבער נישט אויף קיין האָר דאָס שווערע געמיט, וואָס ס׳האָט אונדז אַלעמען פֿאַרשאַפֿט דעם רעדאַקטאָרס באַשלוס — נישט ממשיך צו זײַן די רעדאַקטאָרישע אַרבעט. אַ מענטש פֿון פּרינציפּן, וועלכער לעבט לויט זײַן אייגענער אידעאָלאָגישער אויפֿפֿאַסונג; וועלכער באַמיט זיך נישט נושׂא־חן צו זײַן בײַ קיינעם נישט און גייט מיט זײַן אמת ביזן סוף, האָט דערגרייכט צו דעראָבערן זיך דעם רעספּעקט און אָנערקענונג אַפֿילו בײַ זײַנע שאַרפֿסטע קעגנער.

זײַן פֿרוכטבאַרע טעטיקייט האָט לודען, אין לויף פֿון די יאָרן, באַשריבן אין ביכער, ווי אויך אין די פֿילצאָליקע אַרטיקלען, פֿאַרעפֿנטלעכט אין צײַטשריפֿטן אין ישׂראל און איבער דער וועלט. מיט צוויי יאָר צוריק זײַנען דערשינען זײַנע צוויי בענד אונטערן נאָמען „אין געיעג נאָך מאָמענטן‟ — אַ מין תּמצית פֿון זײַנע פּובליקירטע אַרטיקלען, וועלכע די צײַט האָט זיי כּמעט נישט אָנגערירט, און זײַנען פֿאַרבליבן אַקטועל ווי געווען. און, בעיקר, קענען אָט די צוויי בענד דינען ווי אַ וועגווײַזער פֿאַר נײַע אומדערפֿאַרענע זשורנאַליסטן.

„אין אָט דעם געלויף פֿון דער צײַט, — שרײַבט לודען, — איז די עיקרדיקע אויפֿגאַבע פֿון דעם זשורנאַליסט — אויפֿכאַפּן דעם מאָמענט, פֿאַראייביקן אים און פֿאַרוואַנדלען אים אין דעם שפּיגל פֿון זײַן צײַט, און אין דער זעלבער צײַט אויך צו דערמאָנען די פֿאַרגעסענע דראַמעס פֿון די נעכטיקע טעג‟.

אין אַרבעטער-רינג, תּל-אָבֿיבֿ, בעת דער אונטערנעמונג
Bella Bryks-Klein
אין אַרבעטער-רינג, תּל-אָבֿיבֿ, בעת דער אונטערנעמונג

אָבער ווער זאָגט, אַז לודען לאָזט נישט איבער קיין נאָכפֿאָלגער? דווקא יאָ! נישט ער האָט זיי געזוכט, נאָר זיי האָבן אים געפֿונען. ווי יעדער פֿאַראַנטוואָרטלעכער שאַפֿער, וויל אויך לודען איבערלאָזן יורשים, כּדי זײַן לעבנסווערק זאָל נישט בלײַבן פֿאַרשטומט. און אָט איז אויפֿגעקומען די גרופּירונג „מענטש‟, וועלכע באַשטייט דערווײַל פֿון אַ קליינער גרופּע יונגע ישׂראלדיקע אינטעלעקטואַלן, וואָס ייִדיש איז זיי נישט פֿרעמד, און זיי פֿילן זיך נאָענט צו לודענס אידעאָלאָגישן קוקווינקל. זיי אַרבעטן שטיל, מיט געמאָסטענע שריט, נאָר ס’וועט נאָך קומען זייער צײַט אויך.