ווען אוישוויץ איז געווען אַ ייִדיש שטעטל

When Auschwitz Was a Jewish Town

אוישוויץ איז אַמאָל געווען אַ בליִענדיק ייִדיש שטעטל
Collection of Lukasz Szymanski
אוישוויץ איז אַמאָל געווען אַ בליִענדיק ייִדיש שטעטל

פֿון אַנאַ גאָלדענבערג (Forward)

Published May 22, 2014, issue of June 06, 2014.

ווייניק מענטשן וואָלטן הײַנט, מסתּמא, באַטראַכט אוישוויץ ווי אַ טײַערן נאָמען פֿון אַ היימיש ייִדיש שטעטל. די נאַציס האָבן אויסגעקליבן די פּוילישע שטאָט אָשוויענטשים, וואָס האָט בײַ ייִדן געהייסן אָשפּיצין, ווי דעם צענטער פֿון דער סאַמע טייטלעכער חורבן־פֿאַרטיליקונג, בעת וועלכער עס זענען אומגעבראַכט געוואָרן בערך אַ מיליאָן ייִדן.

דאָס דאָזיקע אָרט האָט אָבער אַ רײַכע ייִדישע געשיכטע. עס קאָן זײַן, אַז דער ייִדישער נאָמען שטאַמט פֿונעם אַראַמישן וואָרט „אושפּיזין‟ — די תּנ״כישע געסט, וואָס מע פֿאַרבעט אַרײַנצוקומען אין דער סוכּה. אינעם ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟ האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס דערציילט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין אָשפּיצין פֿונעם 16טן יאָרהונדערט ביזן חורבן.

דאָס שטעטל האָט באַזונדערס געבליט פֿונעם יאָר 1867, ווען די ייִדן אין דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע האָבן באַקומען גלײַכע בירגערלעכע רעכט און ווען גאַליציע איז געוואָרן פֿאַקטיש אַן אויטאָנאָמיש לאַנד, ביזן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אינעם יאָר 1939, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אָשפּיצין דערגרייכט דעם העכסטן רעקאָרד; דעמאָלט האָבן דאָרטן געוווינט 14,000 תּושבֿים — על־פּי־רובֿ ייִדן.

זינט דעם 13טן יאָרהונדערט, איז אָשוויענטשים, בײַ דער לעפֿצונג פֿונעם טײַך סאָלע, וואָס פֿליסט אַרײַן אין דער וויסלע, געווען באַקאַנט ווי אַ פֿרוכטבאַר מאַרק־שטעטל. דער מיטל־עלטערלעכער שלאָס דינט הײַנט ווי אַ דענקמאָל פֿון יענער תּקופֿה. צווישן די פֿריִיִקע תּושבֿים זענען געווען די דײַטשן, וועלכע האָבן געגעבן דעם אָרט אַ נאָמען אוישוויץ. מע איז זיך משער, אַז אַזוי האָט געהייסן איינער פֿון די ערשטע אײַנוווינער.

אין מיט־16סטן יאָרהונדערט, האָבן זיך אינעם שטעטל באַזעצט די ערשטע אַשכּנזישע ייִדן פֿון צענטראַל־אייראָפּע. אויף דער איצטיקער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג ווערט געוויזן אַ רעפּראָדוקציע פֿונעם דאָקומענט, לויט וועלכן דער פּוילישער פּריץ יאַן פּיאָטראַשעווסקי מנדבֿ געווען אַ שטח ערד פֿאַר די ייִדן, כּדי זיי זאָלן אויפֿשטעלן אַ שיל און עפֿענען אַ בית־עולם.

אינמיטן דעם 19טן יאָרהונדערט, איז אָשוויענטשים געווען פֿאַרבונדן מיט די אַנדערע שטעט מיט אַ גאַנצער ריי אײַזנבאַן־ליניעס. דעמאָלט זענען אין דער שטאָט געווען 20—30 שילן, ווי אויך אַ גאַנצע ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אויף איינער פֿון די אויסגעשטעלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס ווערט געוויזן, ווי דער אָרטיקער צווײַג פֿון דער ציוניסטיש־סאָציאַליסטישער באַוועגונג „השומר הצעיר‟, מער ווי 100 מענטשן, פּראַוועט פּורים. אָשפּיצין איז אויך באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿונעם חסידישן לעבן; דרײַ פֿון די אָרטיקע שילן האָבן געהערט צו די באָבאָווער חסידים.