די אַזיאַטישקייט פֿון רוסלאַנד

Russia’s Asian Character

דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין און דער צפֿון־קאָרעיִשער פּרעזידענט קים דזשאָנג־אָן
דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין און דער צפֿון־קאָרעיִשער פּרעזידענט קים דזשאָנג־אָן

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 23, 2014, issue of June 20, 2014.

מע קען זײַן זיכער, אַז פּעטער דער גרויסער האָט קיין אַנונג ניט געהאַט וועגן דעם אַלטן ייִדישן ווערטל, אַז „קליידער מאַכן לײַט‟. דאָך, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז אין זײַנע באַמיִונגען צו פֿאַרוואַנדלען רוסלאַנד אין אַן אייראָפּעיִש לאַנד שפּילן די בגדים אויך עפּעס אַ ראָלע. האָט ער אין די יאָרן 1698 און 1699 גענומען פֿאָדערן, מע זאָל זיך אָנטאָן לויטן אייראָפּעיִשן פֿאַסאָן. די רוסישע אַריסטאָקראַטיע און שפּעטער אויך אַנדערע שיכטן פֿון דער הויפּט־שטאָטישער און ביסלעכווײַז אויך שטאָטישער באַפֿעלקערונג זײַנען טאַקע אַלץ מער געוואָרן אייראָפּעיִש, און ניט בלויז אויסערלעך. ס׳איז דאָך גאָר ניט צופֿעליק, אַז די רוסישע מוזיק און ליטעראַטור זײַנען אַרײַן אין דעם אייראָפּעיִשן און בכלל אַלמענטשלעכן קאַנאָן.

די באָלשעוויסטישע רעוואָלוציע האָט אַ שלעפּ געטאָן דאָס לאַנד צוריק אין אַזיאַטישקייט. ס׳איז ווידער אַ מאָל ניט צופֿעליק, אַז קיין סך ווערק פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה האָבן ניט באַרײַכערט דעם אייראָפּעיִשן קאַנאָן. ווען מע רעדט וועגן די רוסישע קלאַסיקער, דערמאָנט מען בדרך-כּלל אַזעלכע נעמען ווי טאָלסטוי, דאָסטאָיעווסקי, טשעכאָוו, טשײַקאָווסקי — פֿון די פֿאַר-באָלשעוויסטישע צײַטן. קענער פֿון מוזיק וועלן אָנרופֿן שאָסטאַקאָוויטש פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, און גאָר גרויסע קענער וועלן צוגעבן נאָך אַ פּאָר נעמען. וואָס שייך דער ליטעראַטור, איז דער מצבֿ דאָ מער אָדער ווייניקער דער זעלבער; נאָר אַ מומחה וועט רעדן וועגן פּאַסטערנאַק און שאָלאָכאָוו, און אַ ייִדישער מומחה וועט אפֿשר דערמאָנען באַבעל און גראָסמאַן.

די נאָך-סאָוועטישע פּאָר יאָרצענדליק האָבן אין דעם זין קיין סך ניט געביטן. עפּעס אַן אַזיאַטישער שלײער הערט ניט אויף צו פֿאַרדעקן רוסלאַנד. און וולאַדימיר פּוטין אַליין פֿירט זיך אויף גאַנץ אַזיאַטיש. אמת, דער בריטישער קרוין-פּרינץ טשאַרלז האָט די טעג אַ זאָג געטאָן, אַז פּוטין פֿירט זיך אויף אין אוקראַיִנע, ווי דאָס פֿלעגן טאָן די נאַציס. און אַזאַ פּאַראַלעל — פֿון פּוטיניזם און היטלעריזם — ווערט הײַנטיקע טעג אָפֿט גענוצט. אָבער מע טאָר ניט פֿאַרגעסן אויך וועגן דער אַזיאַטישקייט פֿון רוסלאַנד בכלל, און פֿון פּוטינס רוסלאַנד בפֿרט.

און דאָ וועל איך זיך אַ קער טאָר אויף אַ ווײַלע צו צפֿון-קאָרעע. דאָס איז דאָך אַ לאַנד, וווּ אַזיאַטישקייט האָט געשאַפֿן זייער אַ מאָדנעם געמיש מיט קאָמוניסטישקייט. ווען איך בין געווען אַ סטודענט, מיט אַריבער פֿערציק יאָר צוריק, האָט אַ חבֿר מײַנער געהאַלטן אַן אַבאָנעמענט אויף אַ צפֿון-קאָרעיִשן זשורנאַל, אויף רוסיש. כ׳געדענק, אַז מיר פֿלעגן לאַכן ביז טרערן, הערנדיק ווי דער חבֿר האָט פֿאָרגעלייענט כּלערליי נסים-ונפֿלאָות וועגן דעם „גרויסן פֿירער‟ קים. די רייד איז דעמאָלט געגאַנגען וועגן דעם זיידן פֿונעם הײַנטיקן „גרויסן פֿירער‟, קים דזשאָנג־אָן.

אין אַ געוויסן זין, האָט זיך ווייניק געביטן אין צפֿון-קאָרעע. אַזוי, יענדפֿאַלס, זעט עס אויס. מיט אַ צײַט צוריק האָט מען געשריבן, אַז דער הײַנטיקער „גרויסער פֿירער‟ האָט באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון זײַן פֿעטער און פֿון זײַן קאָכאַנקע, און אַז ביידע האָט מען דערהרגעט, ווי אויך אַ צאָל לײַט, וועלכע האָבן געהאַט אַ שײַכות צו די באַשולדיקטע. מע האָט עס באַשריבן מיט כּלערליי פּרטים, אַז די קאָכאַנקע איז געווען אַ פּאָפּולערע זינגערין, און אַז צוזאַמען מיט עלף אַנדערע אַקטיאָרן האָט זי געמאַכט עפּעס אַ סעקס־רעקאָרדירונג, וועלכע האָט אויפֿגעבראַכט איר געליבטן. די טעג, אָבער, איז געקומען גאָר אַן אַנדער אינפֿאָרמאַציע, דהײַנו: אַז די דאָזיקע זינגערין לעבט, קיין קויל האָט זי ניט גענומען.