כ״ו אייר — אַ נײַער יום־טובֿ

New Holiday: 26th of Iyar

דער פּאַראַד פֿון סאָוועטישע וועטעראַנען בײַם הויפּט־שטאַב פֿון דער „יו־ען‟, דעם 26סטן טאָג פֿונעם חודש אייר.
Shahar Azran
דער פּאַראַד פֿון סאָוועטישע וועטעראַנען בײַם הויפּט־שטאַב פֿון דער „יו־ען‟, דעם 26סטן טאָג פֿונעם חודש אייר.

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published May 25, 2014, issue of June 20, 2014.

סאָל לאַפּידוס איז באַלוינט געוואָרן מיטן „אָרדן פֿון לענין‟, די חשובֿסטע מעדאַל אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַר זײַן קעמפֿן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין די ווײַסרוסישע וועלדער בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. איצט, וווינענדיק אין אַמעריקע, האָט ער אָנגעטאָן דעם אָרדן בעת אַ פֿאַרזאַמלונג לעבן הויפּט־שטאַב פֿון דער „יו־ען‟ אין ניו־יאָרק. אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיטוואָך, דעם 21סטן מײַ, האָבן זיך באַטייליקט בערך 150 מלחמה־וועטעראַנען, על־פּי־רובֿ ייִדן, באַצירט מיט ענלעכע סאָוועטישע באַלוינונג־צייכנס.

די קליינע גרופּע פֿון גרויהאָריקע אַלטע וועטעראַנען האָט הײַיאָר געגרינדעט אַ נײַעם „יום־טובֿ‟, וועלכן זיי האָבן אָנגערופֿן „דער טאָג פֿונעם אָפּראַטעווען די אייראָפּעיִשע ייִדן‟. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דער 9טער מײַ געווען אַ גרויסער מלוכישער יום־טובֿ — דער „טאָג פֿון נצחון‟, ווען נאַצי־דײַטשלאַנד האָט אָפֿיציעל קאַפּיטולירט אינעם יאָר 1945. לויטן ייִדישן לוח, איז עס געשען דעם 26טן טאָג פֿונעם חודש אייר. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער הײַנטיקער ניו־יאָרקער פֿאַרזאַמלונג האָבן אויסגעקליבן די דאָזיקע דאַטע ווי דער טאָג פֿון קומענדיקע יערלעכע צערעמאָניעס.

דער סאָוועטישער „טאָג פֿון נצחון‟ בלײַבט וויכטיק נישט בלויז אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד, נאָר אויך אין די אַנדערע לענדער מיט אַ ממשותדיקער רוסיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג, אַרײַנגערעכנט ישׂראל. אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָאַליציע פֿון רוסיש־ייִדישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט דעם „אַמעריקאַנער פֿאָרום פֿון רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן‟ און די פֿונדאַציע פֿון קאַווקאַזישע באַרג־ייִדן, STMEGI, האָט גערופֿן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אַרום דער וועלט צו גרינדן אַ נײַעם ייִדישן הזכּרה־טאָג, לכּבֿוד דעם נצחון איבערן נאַציזם, וואָס צוליב דעם זענען די ייִדן געראַטעוועט געוואָרן פֿונעם חורבן. די ישׂראלדיקע רעגירונג און דאָס אָפֿיציעלע הויפּט־רבנות, דער ישׂראלדיקע פֿאָנד „קרן־היסוד‟, „די ציוניסטישע וועלט־אָרגאַניזאַציע‟ און די הויפּט־רבנים פֿון אייראָפּעיִשע לענדער זענען געווען צווישן די שטיצער פֿון דער איניציאַטיוו.

די וועטעראַנען, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בײַ דער „יו־ען‟ זענען הײַנט זקנים אין זייערע 80ער און 90ער. אַ טייל זענען געקומען אָנגעטאָן אין די סאָוועטישע מיליטערישע פֿאָרמען. די אַלמנות האָבן געטראָגן די מעדאַלן פֿון זייערע פֿאַרשטאָרבענע מענער.

איגאָר בראַנאָוואַן, דער פּרעזידענט בײַם „אַמעריקאַנער פֿאָרום פֿון רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן‟, האָט דערקלערט, אַז אַ טייל מענטשן האָבן זיך געחידושט: פֿאַרוואָס דאַרף מען צוטראַכטן אַ נײַעם יום־טובֿ, אויב מע מערקט שוין אָפּ דעם נײַטן מײַ? בראַנאָוואַן האָט באַטאָנט, אַז „די וועטעראַנען פֿאַרדינען כּבֿוד 365 טעג אַ יאָר‟. דער אָרגאַניזאַציע־פֿירער האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז כּדאַי זיי צו באַערן, ווײַל ווייניק מענטשן פֿון זייער דור זענען נאָך פֿאַרבליבן אויף דער וועלט.