„קלוגע טעלעפֿאָנען: נאָך אַלץ געפֿערלעך‟

Smartphones: Still Dangerous


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 25, 2014, issue of June 20, 2014.

אָנהייב פֿרילינג האָב איך אָפּגעדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ אַן אַרטיקל וועגן דער הײַנטיקער מכּה פֿון די „קלוגע טעלעפֿאָנען‟; זיי מאַכן פֿון זייערע באַנוצער גולמים, וועלכע פֿאָלגן נאָך דעם ווילן פֿון די דיגיטאַלע אינסטרוקציעס, וואָס זיי באַקומען דורך די דאָזיקע מכשירים. מײַן האַלב־ערנסטער, האַלב־סאַרקאַסטישער אַרטיקל, אין וועלכן איך האָב דערקלערט, פֿאַרוואָס איך האַלט, אַז די דאָזיקע מכשירים זענען געפֿערלעך, האָט גורם געווען שאַרפֿע אָפּרופֿן אויף „פֿייסבוק‟, בפֿרט פֿון חסידים, וואָס האַלטן זייערע „סמאַרטפֿאָנען‟ פֿאַר אַן אומשאַצבאַרער פֿאַרבינדונג מיט דער „דרויסנדיקער‟ וועלט און אַ נוצלעך פֿאַרווײַלונגס־געצײַג דערצו. די קריטיקער פֿון מײַן אַרטיקל זענען, פֿון דעסטוועגן, צום טייל גערעכט; די דאָזיקע טעלעפֿאָנען האָבן דאָך גאָר אַ סך מעלות. דאָס ווייס איך איצט אַליין, ווײַל ניט געקוקט אויף מײַן אַרטיקל, האָב איך אין אָנהייב מײַ באַקומען אַן אייגענעם „סמאַרטפֿאָן‟ נאָך אָפּזאָגן זיך דערפֿון אַ פּאָר עקשנותדיקע יאָרן. אין געוויסע ענינים איז מײַן לעבן געוואָרן גרינגער.

איידער איך האָב באַקומען די דאָזיקע טשאַטשקע, בין איך זייער אָפֿט פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן. די סיבה דערפֿאַר איז, ניט ווײַל איך האָב ניט קיין חוש פֿאַר נאַוויגירן (וואָס איז, טיילווײַז אויך אמת), נאָר ווײַל איך בין ניט אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט ניו־יאָרק. יעדעס מאָל, ווען איך האָב געדאַרפֿט ערגעץ אָנקומען, פֿלעג איך פֿון פֿריִער קאָנטראָלירן אויפֿן קאָמפּיוטער, און דערנאָך פֿאַרשרײַבן די אינפֿאָרמאַציע. ווען עס האָט זיך אָבער געטראָפֿן, אַז די באַן, מיט וועלכער איך האָב געדאַרפֿט פֿאָרן, האָט געביטן איר מאַרשרוט אָדער ווען איך בין פּשוט פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן, בין איך געווען אויף געהאַקטע צרות. איצט, צוליב דער „גלאָבאַלער פּלאַציר־סיסטעם‟ (GPS) אויף מײַן טעלעפֿאָן, ווער איך קיינמאָל ניט פֿאַרבלאָנדזשעט. דער טעלעפֿאָן זאָגט מיר, וווּ איך געפֿין זיך און ווי אַזוי איך זאָל אַהין אָנקומען אין אַ באַשטימטן אָרט.

אַחוץ די נאַוויגאַציע־כּלים בין איך ממש פֿאַרכאַפּט מיט די ביכער, וואָס מע קען קריגן אומזיסט דורכן „סמאַרטפֿאָן‟, ניט געקוקט אויף דעם, וווּ מע געפֿינט זיך. ס׳איז טאַקע אַן אוצר־הספֿרים און איך האָב שוין איבערגעלייענט אַ פּאָר ביכער אויפֿן „סאָבוויי‟ דורך מײַן „סאַמסונג־גאַלאַקסי‟. און פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז ניט קיין קלייניקייט, וואָס איך קען איצט איבערלייענען מײַנע בליצבריוו און איבערקוקן וואָס עס טוט זיך אויף „פֿייסבוק‟, ווען און וווּ נאָר איך וויל. איז, איך פֿאַרשטיי דאָך די מעלות פֿון דער דאָזיקער טעכנאָלאָגיע.

אָבער די חסרונות, זענען, צום באַדויערן, אויך ריזיקע, גרעסער אַפֿילו ווי איך האָב פֿריִער געמיינט. וועגן דעם בין איך איבערגעצײַגט געוואָרן ניט לאַנג צוריק צוליב אַ שרעכלעכן, און באמת אַרבסורדישן אינצידענט אין „סאָבוויי‟. צו דעם דאָזיקן אינצידענט בין איך געווען ניט בלויז אַן עדות, נאָר אויך אַ וויכטיקער אָנטיילנעמער אין דער כּמעט טראַגישער פּאַסירונג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.