„דעגענערירטע קונסט” לויט די נאַציס

“Degenerate Art”, According to the Nazis

אויסשטעלונג „דעגענערירטע קונסט‟ אין דער „נײַער גאַלעריע‟ אויף דער פֿינפֿטער עוועניו אין ניו-יאָרק
אויסשטעלונג „דעגענערירטע קונסט‟ אין דער „נײַער גאַלעריע‟ אויף דער פֿינפֿטער עוועניו אין ניו-יאָרק

פֿון עדי מהלאל

Published May 30, 2014, issue of June 20, 2014.

אין דער „נײַער גאַלעריע‟ (Neue Galerie), אויף דער פֿינפֿטער עוועניו אין ניו-יאָרק, נישט ווײַט פֿונעם „מעטראָפּאָליטאַן‟, ווערט אַרויסגעשטעלט ביז סעפּטעמבער אַן אויסשטעלונג, וואָס דעם יסוד האָט געלייגט אַן אַנדער אַמאָליקע קונסט-אויסשטעלונג. אָט די גאַלעריע, וואָס דינט זינט 2001 ווי אַ קליינער מוזיי פֿאַר דײַטשישער און עסטרײַכישער קונסט, האָט געבראַכט צום ערשטן מאָל אין ניו-יאָרק די עקספּאָזיציע „דעגענערירטע קונסט: דער אָנגרײַף קעגן מאָדערנער קונסט אין נאַצי־דײַטשלאַנד, 1937‟ (Degenerate Art: The Attack on Modern Art in Nazi Germany, 1937). די נײַע אויסשטעלונג האָט מען, ווי געזאָגט, קאָנסטרויִרט אויפֿן סמך פֿון אַ היסטאָרישער אויסשטעלונג אין דײַטשלאַנד, פֿון יולי ביז נאָוועמבער 1937.

די נאַציס, ווי באַוווּסט, האָבן געהאַט אַ דעה לגבי דעם, וואָס הייסט „כּשרע‟ צי „טריפֿענע‟ קונסט, און ווי בײַ יעדער טאָטאַליטאַרישער רעגירונג, האָבן זיי גערודפֿט די „טריפֿניאַקעס‟ און באַקרוינט די „כּשרע‟. די סטאַליניסטן האָבן געהאַט זייער אייגענעם באַגריף פֿון „סאָציאַליסטישן רעאַליזם‟. „טריפֿענע‟ קונסט פֿלעגן די נאַציסטן אָנרופֿן אויף זייער לשון „ענטאַרטעטע קונסט‟ (Entartete Kunst), דאָס הייסט, „דעגענערירטע קונסט‟; און כּדי איבערצוצײַגן דאָס דײַטשישע פּובליקום, אַז די דאָזיקע קונסטווערק זענען ראָוי צו זייער צונאָמען, האָבן זיי צונויפֿגעזאַמלט איבער 600 שאַפֿונגען (וואָס זיי האָבן בעצם צוגעראַבעוועט פֿון די מוזייען אין דײַטשלאַנד; זעט, למשל, וועגן דעם אין דעם נײַעם פֿילם „מאָנומענטן-לײַט‟, רעצענזירט דורך גענאַדי עסטרײַך), און זיי אויסגעשטעלט אין פֿאַרשידענע ערטער איבער דײַטשלאַנד.

ווי אַזוי האָבן די נאַציס לכתּחילה דעפֿינירט דעם באַגריף פֿון „דעגענערירטער קונסט‟? וואָסער סאָרט שאַפֿונגען האָבן זיי אַרײַנגענומען אין אָט דער קאַטעגאָריע?

„דעגענערירטע קונסט‟, לויט פֿרידריק ספּאָטס בוך „היטלער און דער כּוח פֿון עסטעטיק‟ (2002), האָבן די נאַציסטן געהאַלטן ווי קונסט, וואָס „באַלײדיקט דאָס דײַטשישע געפֿיל, אָדער צעשטערט דעם נאַטירלעכן פֿאָרעם‟. למעשׂה, האָבן די נאַציסטן געצילעוועט קעגן אַזעלכע קונסט-שיטות, ווי עקספּרעסיאָניזם, דאַדאַיִזם, סורעאַליזם, קוביזם וכדומה. גלײַכצײַטיק, האָבן די נאַציסטן געשאַפֿן אַן אויסשטעלונג פֿון „עכטער דײַטשישער‟ קונסט, צו ווײַזן דעם פּובליקום מוסטערן פֿון „כּשרע‟ קונסט־מוסטערן. דאָס לעצטע האָט בײַ זיי בפּועל געהייסן נעאָ-ראָמאַנטישע מאָלערײַען מיט „קלאָרע‟ נישט-פֿראַגמענטאַרישע פֿיגורן.

אין ניו-יאָרק האָט מען אויך אַרײַנגענומען קונסטווערק פֿון דעם צווייטן סאָרט, דעם „כּשרן‟. למשל, אַ גרויס בילד, צעטיילט אויף דרײַ, מיט אַן אַנדער געשטאַלט אויף יעדן טייל: אַ דײַטשישן סאָלדאַט, אַ דײַטשישן פּויער און אַ דײַטשישן קוילן-גרעבער — דער אונטערגעדריקטער דײַטשישער פּראָלעטאַריאַט. אַלע דרײַ פֿיגורן זענען פֿיזיש שטאַרקע „אַרישע‟ געשטאַלטן, מיט אַ מין ביטערקייט און כּעס אויף זייערע פּנימער, אַזוי ווי זיי זענען גרייט יעדע מינוט איבערצונעמען די מאַכט און דערמיט צוריקברענגען דעם פֿאַרלוירענעם כּבֿוד פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק.

לאַזאַר סעגאַלס מאָלערײַ „אייביקע נע-ונדניקעס‟ (1919)
לאַזאַר סעגאַלס מאָלערײַ „אייביקע נע-ונדניקעס‟ (1919)

אויף דער אויסשטעלונג, דאָ אין ניו-יאָרק אין 2014, קען מען, למשל, זען לאַזאַר סעגאַלס „אייביקע נע-ונדניקעס‟ (1919). אויף אָט דעם בילד, פֿונעם באַרימטן ייִדישן מאָלער, וואָס האָט אַליין אַרומגעוואַנדערט צווישן ווילנע, דײַטשלאַנד און בראַזיל, קען מען דערקענען די קוביסטישע השפּעות. ער מאָלט דאָרט אַ גרופּע אומרויִקע טיפּן אין שטאַרקע פּורפּורע, בלויע און געלע קאָלירן, וואָס געפֿינען זיך אין אַ מין פֿאַרמאַכט און פֿינצטער אָרט. זייערע פּנימער זענען בעצם אַ ווערסיע פֿון די אַפֿריקאַנער שבֿט-מאַסקעס.

גלײַך קען מען פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס אַזאַ מין בילד האָט נישט נושׂא-חן געווען בײַ די נאַציס. ס’איז נישט בלויז, ווײַל עס רעדט זיך וועגן אַ מאָלער אַ ייִד; די טעמע איז דאָך דאָ די אוניווערסאַלע טעמע פֿון אויסוואַנדערונג, פֿון בײַטן זיך און צופּאַסן זיך צו נײַע ערטער און אידענטיטעטן (די מאַסקעס) — עפּעס וואָס בטבֿע געפֿעלט נישט די אולטראַ-נאַציאָנאַליסטן, וואָס פֿאָדערן געטרײַשאַפֿט צום מוטערלאַנד; און אויך צו זען, בפֿרט בײַ די נאַציס, קלאָרע און שטאַרקע פֿיגורן, נישט־צעבראָכענע קוביסטישע געשטאַלטן. דערצו, קומט דאָ צום אויסדרוק די „ייִדישלעכקייט‟ פֿון דעם ווערק — די אייביקע וואַנדערנדיקע ייִדן, וואָס בלײַבן פֿאָרט געטרײַ עפּעס אַ קדמונישער אוראַלטער שבֿט-עקזיסטענץ (עס גייט דאָך נישט די רייד וועגן די מערבֿדיקע „ציוויליזירטע‟ מאַסקעס).

די אויסשטעלונג „דעגענערירטע קונסט‟ איז ווערט מע זאָל זי באַזוכן צוליב דער וויכטיקער לעקציע, וואָס זי גיט מכּוח דער דורכויס נעגאַטיווקייט, בעת אַ רעגירונג מישט זיך אַרײַן און צווינגט אַרויף געוויסע סאָרטן פֿון קונסט, און פֿון קולטור בכלל, ווי „גוטע‟; און די אַנדערע סאָרטן — ווי „שלעכטע‟. אַ טענדענץ, וואָס די נאַציס האָבן דערפֿירט ביז צו אַן אַבסורד. מען קען זען בילדער פֿון דער אויסשטעלונג אויף דער וועבזײַט פֿון דער „נײַער גאַלעריע‟, זע: https://www.neuegalerie.org