דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז קעגן קבֿרים־פֿאַרשוועכונג

House Makes Cemetery Desecration an Intenational Violation

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published June 01, 2014, issue of June 20, 2014.

דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז בײַם אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט מיטוואָך, דעם 28סטן מײַ, אָנגענומען אַ נײַעם געזעץ־פּראָיעקט, לויט וועלכן דאָס פֿאַרשוועכן די קבֿרים אַרום דער וועלט ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ פֿאַרברעכן קעגן דער רעליגיעזער פֿרײַהייט. אינעם יאָר 1998, האָט די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנגענומען דעם „אינטערנאַציאָנאַלן אַקט פֿון רעליגיעזער פֿרײַהייט‟, לויט וועלכן אַ גאַנצע ריי אַקציעס, וואָס האָבן צו טאָן מיטן באַגרענעצן די רעליגיעזע רעכט, ווערן באַטראַכט ווי אַ סיבה צו באַשטראָפֿן די אַנדערע לענדער מיט סאַנקציעס.

לויט דעם נײַעם פּראָיעקט, אויב דער סענאַט וועט עס גוטהייסן, וועט מען צוגעבן צו דער ליסטע אויך די קבֿרים־פֿאַרשוועכונג. מע וועט, מעגלעך, אויפֿהערן צו שטיצן די לענדער, וואָס היטן נישט אָפּ די צווינטערס, אַרויפֿלייגן האַנדל־באַגרענעצונגען, ווי אויך אָפּשטעלן דעם קולטורעלן און ווינסשאַפֿטלעכן אויסטויש.

גרייס מענג, אַ דעמאָקראַטישע קאָנגרעס־פֿרוי פֿון ניו־יאָרק, וועלכע האָט פֿאָרגעלייגט דעם נײַעם געזעץ־פּראָיעקט אין פֿעברואַר, האָט געמאָלדן, אַז אויב די אַמעריקאַנער רעגירונג וועט עס באַטראַכטן ווי אַן אינטערנאַציאָנאַל פֿאַרברעכן, וועט אַזאַ געזעץ דינען „ווי אַ נײַער און וויכטיקער אינסטרומענט‟ קעגן דער פּראָבלעם פֿון קבֿרים־פֿאַשוועכונג אַרום דער וועלט.

מענג האָט באַזונדערס דערמאָנט די ייִדישע בית־עולמס. לויטן פּלאַן, וועט מען באַטראַכטן ווי אַן אומגעזעצלעכע אַקציע נישט בלויז דאָס פֿאַרשוועכן די קבֿרים, וואָס געהערן צו אַ געוויסער רעליגיעזער גרופּע, אָדער צוליב רעליגיעזע מאָטיוון, נאָר אויך בויערײַ אויף די פֿאַרלאָזטע בית־עולמס אין די ערטער, וווּ ס׳איז הײַנט נישטאָ קיין ייִדישע קהילה.

מענג האָט צוגעגעבן, אַז „אַנטיסעמיטיזם און רעליגיעזע אומטאָלעראַנץ איז נאָך אַלץ צו ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט און טרעפֿט זיך אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים יעדן טאָג‟. דעריבער, האָט דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז באַשלאָסן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג דאַרף זיך אַרײַנמישן אינעם ענין פֿון קבֿרים־באַהאַנדלונג אין אַנדערע לענדער.