אַ נײַ נאָך-סאָוועטיש שותּפֿות

A New Post-Soviet Coalition

פֿון רעכטס: אַלעקסאַנדער לוקאַשענקאָ, נורסולטאַן נאַזאַרבאַיעוו און וולאַדימיר פּוטין
פֿון רעכטס: אַלעקסאַנדער לוקאַשענקאָ, נורסולטאַן נאַזאַרבאַיעוו און וולאַדימיר פּוטין

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 02, 2014, issue of June 20, 2014.

אַ לייענער פֿון מײַן אַרטיקל וועגן דער אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט (אָדער איך האָב אים פֿאַרפּלאָנטערט): אים איז פֿאַרבליבן ניט קלאָר, צי די פּאַרטיי איז אַ בריטישע אָדער אַן אייראָפּעיִשע. אַ סבֿרא, אַז ער ווייסט ווייניק וועגן דער עצם־סטרוקטור פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, און אַז זי האָט אויך אַן אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. קיין טראַנסנאַציאָנאַלע, פּאַן-אייראָפּעיִשע פּאַרטייען זײַנען ניטאָ, אָבער יעדע בריטישע, פֿראַנצויזישע און אַנדערע פּאַרטיי קען זיך באַטייליקן אין די אייראָפּעיִשע וואַלן, דאָס הייסט, אין דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. און דאָס טוען אַפֿילו די פּאַרטייען, וועלכע זײַנען ביטערע קעגנער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. צוריק גערעדט, זײַנען דאָך אין די נאַציאָנאַלע פּאַרלאַמענטן אויך דאָ דעפּוטאַטן, וועלכע האַלטן ניט פֿון, אַ שטייגער, קאַפּיטאַליזם, אָבער באַטייליקן זיך אין דער קאַפּיטאַליסטישער פּאָליטישער סיסטעם.

אַ פֿאַראייניקונג פֿון אַן ערך אַזאַ שניט ווי די אייראָפּעיִשע, שטוקעוועט צונויף דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. אמת, קיין פּאַרלאַמענט זעט מען ניט דערווײַל אין דער אייראָ-אַזיאַטישער עקאָנאָמישער פֿאַראייניקונג, וואָס האָט איצט נאָר דרײַ מיטגלידער: רוסלאַנד, ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן. אַן אָפּמאַך וועגן שאַפֿן אַזאַ פֿאַראייניקונג האָבן די פּרעזידענטן פֿון אָט די דרײַ מדינות, וולאַדימיר פּוטין, אַלעקסאַנדער לוקאַשענקאָ און נורסולטאַן נאַזאַרבאַיעוו, אונטערגעשריבן דעם 29סטן מײַ אין דער קאַזאַכישער הויפּטשטאָט אַסטאַנאַ. די פֿאַראייניקונג וועט אָנהייבן אַרבעטן אין יאָר 2015.

נאָך צוויי לענדער, אַרמעניע און קירגיזסטאַן, ווילן אויך ווערן מיטגלידער, אָבער זייער מיטגלידערשאַפֿט איז אָפּגעלייגט געוואָרן, ווײַל דער עקאָנאָמישער מצבֿ זייערער איז אַ סך ערגער און קען דעסטאַביליזירן די דרײַ „שטאַרקע‟ מיטגלידער. סײַדן, מע וועט זיי סײַ-ווי-סײַ אַרײַננעמען, לשם פּאָליטישע גורמים. די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג האָט געטאָן דאָס זעלבע מיט אַזעלכע לענדער ווי בולגאַריע און רומעניע.

אין דער אמתן, האָט מען געוואָלט, ממש געחלשט צו האָבן אויך אוקראַיִנע צווישן די גרינדער פֿון דער נײַער פֿאַראייניקונג. צוליב דעם האָט זיך טאַקע פֿאַרקאָכט די גאַנצע מעשׂה אַרום און אין אוקראַיִנע. דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט, וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, האָט געהאַלטן אין איין צוזאָגן צו פֿירן דאָס לאַנד צו דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, אָבער דערנאָך האָט ער באַשלאָסן צו בײַטן דעם קורס און ווערן אַ שותּף אין פּוטינס אייראָ-אַזיאַטישער קאָנסטרוקציע, און דאָס האָט אַרויסגערופֿן די מרידה, וועלכע האָט געבראַכט צו די ווײַטערדיקע געשעענישן. ס‘איז ניט קלאָר, ווי אַזוי די קייט וועט זיך קייטלען אין די קומענדיקע טעג און חדשים, אָבער ס‘איז קלאָר, אַז אוקראַיִנע וועט בלײַבן אין דעם אייראָפּעיִשן אָרביט, וואָס איז אַ גרויסע מפּלה פֿאַר פּוטינס רוסלאַנד און אַ וויכטיקער נצחון פֿאַר דער מערבֿדיקער וועלט.

די אייראָ-אַזיאַטישע פֿילאָסאָפֿיע איז אַנטוויקלט געוואָרן אין די 1920ער יאָרן אין דער סבֿיבֿה פֿון דער רוסישער עמיגראַציע. אייניקע אינטעלעקטואַלן, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען אויך אַ פּאָר ייִדן, האָבן געטענהט, אַז רוסלאַנד האָט אַן אייגענעם גורל, און אַז דער דאָזיקער גורל איז נאָר טיילווײַז אייראָפּעיִש. קרײַזלעך פֿון אייראָ-אַזיאַיִסטן האָבן זיך באַוויזן אין אַ צאָל לענדער, אָבער דערנאָך איז די באַוועגונג אַרײַן אין אַ קריזיס, ווײַל אייניקע אירע אָנהענגער זײַנען געוואָרן פּראָ-סאָוועטיש, און אַ צאָל פֿון זיי האָבן אַפֿילו באַשלאָסן צו רע-עמיגרירן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ נײַ לעבן דער אייראָ־אַזיאַטישער פֿילאָסאָפֿיע האָט געגעבן די נאָך-סאָוועטישע תּקופֿה, ווען אייראָ-אַזיאַטישקייט האָט באַקומען אַ טעם פֿון אַ רוסיש-נאַציאָנאַליסטישער נאָסטאַלגיע נאָכן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

מיטן באַגריף פֿון „אייראָ-אַזיאַטישקייט‟ שפּילן זיך אויך אייניקע ייִדישע טוער. ס‘איז פֿאַראַן אַזאַ אָרגאַניזאַציע ווי דער „אייראָ-אַזיאַטישער ייִדישער קאָנגרעס‟ (זען eajc.org). מיר איז שווער צו זאָגן, וואָס דער דאָזיקער „קאָנגרעס‟ טוט, אַ חוץ, צו מאַכן אַן אָנשטעל, אַז זי שטעלט עמעצן פֿאָר. עס זײַנען דאָך דאָ אַ סך אַזעלכע ייִדישע און ניט-ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן אַ טוץ מענטשן און אַ ברייטהאַרציקן ספּאָנסאָר, אָבער קיין אמתע מיטגלידער זײַנען ניטאָ.

פֿון דעם וואָס מע זעט אויפֿן וועבזײַטל פֿון אָט דעם „אייראָ-אַזיאַטישער ייִדישער קאָנגרעס‟, קען מען פֿאַרשטיין, אַז די עטלעכע לײַט, וועלכע שאַפֿן די דאָזיקע סטרוקטור, קוקן גאַנץ פֿאַרשיידנאַרטיק אויף די געשעענישן אין אוקראַיִנע. דער גענעראַל-סעקרעטאַר (!) פֿון דעם „קאָנגרעס‟, מיכאַיִל טשלענאָוו, האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון דער אַלטער שאַפֿע, סוף־אָנהייב 1990ער יאָרן זײַן טעאָריע פֿון אַ „פּאָזיטיווער נייטראַליטעט‟ צו די געשעענישן, בעת דער פֿאָרזיצער פֿונעם גענעראַל-ראָט (!) יוסף זיסעלס, וואָס וווינט אין קיִעוו, האַלט, אַז די דאָזיקע נייטראַליטעט איז מאָראַליש מיאוס.

איך ווייס ניט, צי עמעצער פֿון דעם „קאָנגרעס‟ האָט זיך באַטייליקט אין דער צערעמאָניע, וועלכע איז אַדורך דעם 29סטן מײַ אין אַסטאַנאַ. אַ פּנים, אַז ניט. פּוטין, לוקאַשענקאָ און נאַזאַרבאַיעוו — פֿון איין זײַט, און טשלענאָוו, זיסעלס — פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן דערווײַל פֿאַרשיידענע אייראָ-אַזיאַטישע מאַפּעס, אָן אוקראַיִנע און מיט אוקראַיִנע.