ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

די געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן־אייראָפּע אויף דער פֿײַערונג פֿונעם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום
די געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן־אייראָפּע אויף דער פֿײַערונג פֿונעם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 02, 2014, issue of June 20, 2014.

דער מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום פֿײַערט 30 יאָר

די מיטגלידער פֿונעם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום האָבן געפֿײַערט דרײַסיק יאָר זינט די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן, צוזאַמען מיט משפּחה און פֿרײַנד. די קינדער פֿון דער שלום־עליכם פֿאָלקשול אין עלסטערנוויק האָבן געזונגען צוויי ייִדישע לידער בײַ דער פֿײַערונג, וווּ עס האָט אויך געזונגען דער זינגער און פּאָעט ליור. דער פּרעזידענט פֿונעם צענטער, פּאָלין ראָקמאַן, וואָס איז געבוירן געוואָרן נאָכן חורבן, האָט אָנגעהויבן אַ נײַע געלט-זאַמלונג יענעם אָוונט, זאָגנדיק, אַז די הײַנטיקע מיטגלידער פֿונעם צענטער טראָגן דאָס אַחריות איבערצוגעבן דעם נײַעם דור די ירושה פֿון דער שארית־הפּליטה און די מעגלעכקייט פֿאָרצוזעצן די אַרבעט פֿונעם צענטער.

דער גאַסט־רעדנער איז געווען דער ישׂראלדיקער גענעראַל אידאָ נעכוסטאַן, וואָס האָט אָרגאַניזירט, אַז די ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען זאָלן פֿליִען איבער אוישוויץ-בירקענאַו אין יאָר 2003. העכער צוואַנציק טויזנט תּלמידים פֿון 75 שטאַטישע און פּריוואַטע שולן באַזוכן דעם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום יעדעס יאָר.

דער אויסטראַלישער „ועד־הרבנים‟ קלײַבט אויס אַ נײַעם פּרעזידענט

רבֿ מאיר־שלמה קלוגאַנט
רבֿ מאיר־שלמה קלוגאַנט

דער מעלבורנער רבֿ מאיר־שלמה קלוגאַנט איז אײנשטימיק דערוויילט געוואָרן ווי דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם „ועד הרבנים‟ פֿון אויסטראַליע און נײַ-זילאַנד. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס אַלע וואַלן זײַנען געווען אײנשטימיק. דער פּרעזידענט־עמעריטוס איז הרבֿ משה גוטניק און די וויצע-פּרעזידענטן זײַנען געוואָרן הרבֿ יהרום אולמאַן פֿון סידנעי, הרבֿ יעקבֿ גלאַסמאַן און הרבֿ פּאָל לעווין. הרבֿ חיים אינגראַם (סידנעי) דינט ווײַטער ווי דער סעקרעטאַר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, און הרבֿ איען גוטהאַרט דינט ווײַטער ווי איר קאַסירער.

די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג זײַנען: הרבֿ שלמה פֿעלדמאַן (קאַנבערע), הרבֿ מנחם־מענדל גאָלדשטיין (נײַ־זעלאַנד), הרבֿ ניר גורעוויטש (קווינסלאַנד) און אויך מיטגלידער פֿון די אויסטראַלישע שטאַטן סאַוט־אויסטראַליע, טאַסמאַניע און וועסטערן־אויסטראַליע. הרבֿ קלוגוואַנט האָט געזאָגט, אַז זײַן ציל איז צו פֿאַראייניקן די שטימע פֿונעם אָרטאָדאָקסישן ראַבינאַט אין אויסטראַלאַזיע. דערצו האָט ער גערעדט וועגן דער וויכטיקייט פֿון אָנטיילנעמען אין אַקטיוויטעטן מיט פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע גלויבנס. ער האָט באַשטעטיקט, אַז אַלע שילן, וועמענס רבנים געהערן צום „ועד הרבנים‟, מוזן האָבן אַקרעדיטירטע פּראָגראַמען צו באַשיצן קינדער פֿון סעקסועלע מיסברויכן. ער האָט אויך געמאָלדן, אַז די בית-דינס פֿון מעלבורן און סידנעי וועלן אַרבעטן צוזאַמען, אויסצואַרבעטן די אָרטאָדאָקסישע שטעלונג צו עטלעכע וויכטיקע ענינים, וועלכע שטייען פֿאַר די ייִדן אין דער מאָדערנער וועלט.

אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם אויסטראַלישן שלום־געלאַף דערציילן וועגן דעם אויסשליסן ישׂראלדיקע אַטלעטיקער

קאַראָל שלעסינגער, איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון פּעט פֿאַרמערס „שלום־געלאַף‟ דורכן מיטעלן מיזרח, האָט געמאָלדן, אַז די ישׂראלדיקע זיכערהייט־דינסט און די אויסטראַלישע אַמבאַסאַדע האָבן געעצהט צוויי טעג אין פֿאָרויס, אַז די ישׂראלדיקע לויפֿערס זאָלן נישט מיטלויפֿן מיט דער גרופּע אויפֿן מערבֿ־ברעג; אַז די ישׂראלדיקע לויפֿערס האָבן דאָס געוווּסט און, אַז זיי האָבן סײַ ווי באַשלאָסן צו פּרובירן לויפֿן, כאָטש זיי האָבן נישט אָנטיילגענומען אין אַלע פֿריִערדיקע טיילן פֿונעם געיעג, אַרײַנגערעכנט דעם געלאַף דורך מדינת־ישראל.

דאָס איז געשען נאָך דעם ווי די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן זײַנען געווען פֿאַרדעכטיקט אינעם דערשיסן צוויי פּאַלעסטינער יוגנטלעכע אויפֿן מערבֿ־ברעג. שלעסינגער האָט געזאָגט, אַז דאָס אויסשליסן די ישׂראלדיקע לויפֿער פֿונעם געלאַף, איז נאָר געווען „אַ צווייטראַנגיקע און קליינע הערה‟ אין דער געשיכטע פֿונעם געלאַף. זי האָט באַטאָנט, אַז דער ציל פֿונעם געיעג איז געווען „צונויפֿצוברענגען מענטשן, נישט געקוקט אויף די גרענעצן, וועלכע צעשיידן זיי.‟ לויפֿערס פֿון לבֿנון, יאָרדאַניע, מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס האָבן אָנטיילגענומען אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם געלאַף.

קווינסלאַנדער מלוכה־פֿרוי אַנטשולדיקט זיך פֿאַר דער לאָקאַלער קהילה

דער לייבאָר-מיטגליד פֿונעם קווינסלאַנדער שטאַטישן פּאַרלאַמענט, דזשאָ-ען מילער האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער אָפֿיציעלער קווינסלאַנדער קהילה (קווינסלאַנד דזשויִש באָרד אָף דעפּיוטיס), צוליב דעם, וואָס זי האָט פֿאַרגליכן דעם צושטאַנד פֿון די וווינונגען, וועלכע ווערן צוגעטיילט צו מינען־אַרבעטער אין קווינסלאַנד, צו די באַדינגונגען אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

צוערשט, האָט מילער נישט געוואָלט זיך אַנטשולדיקן, נאָר זי האָט, ענדלעך, אָנגעקלונגען צום קהילה-פּרעזידענט דזשייסאָן סטײַנבערג און האָט זיך אַנטשולדיקט. סטײַנבערג האָט געזאָגט, אַז ער וואָלט געוואָלט ווײַטער רעדן מיט מלוכה־לײַט פֿון די רעגירונג-פּאַרטייען און פֿון דער לייבאָר־פּאַרטיי, כּדי זיי צו דערקלערן, פֿאַרוואָס אַזעלכע פֿאַרגלײַכן זײַנען נישט פּאַסיק.