ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי
Wikipedia
לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 03, 2014, issue of June 20, 2014.

דער עלטסטער ייִדישער מוזיקער לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי

דאָס לעבן פֿון לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי שפּיגלט אָפּ די געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן אין אונדזער צײַט. קאָזלאָווסקי, געבוירן ווי קלײַנמאַן, איז געוואָרן אַן ערן־בירגער פֿון קראָקע. ער איז 96 יאָר אַלט און איז דער אַזויגערופֿענער לעצטער גאַליציאַנער כּלי-זמר. „אַ דאַנק אים — האָט דער בירגערמײַסטער פֿון קראָקע געזאָגט — האָבן מיר דערלעבט צו אַ רענענסאַנס פֿון כּלי-זמר־מוזיק אין קאַזימיר, די ייִדישע געגנט פֿון קראָקע.‟ קאָזלאָווסקי איז באַקאַנט איבער גאַנץ פּוילן. זײַנע פּליטן און טאַשמעס פֿון ייִדישער מוזיק זענען זייער פּאָפּולער אין לאַנד.

געבוירן איז ער אין 1918 אין פּשעמישלאַנע, לעבן לעמבעריק. די משפּחה איז געווען מוזיקאַליש פֿון תּמיד אָן. ווי אַ קינד, האָט ער שוין געשפּילט מיט כּלי־זמרים. ער האָט ממשיך געווען זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג אין קאָנסערוואַטאָריום. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער פֿאַרלוירן זײַן גאַנצע משפּחה. ער איז געווען אין געטאָ, אין לאַגער, און שפּעטער האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן.

ער איז צוריקגעקומען קיין פּוילן ווי אַ סאָלדאַט פֿון דער פּוילישער אַרמיי. נאָכן פֿאַרענדיקן די מוזיק־אַקאַדעמיע אין קראָקע, האָט קאָזלאָווסקי במשך פֿון לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיט אַ מיליטערישן אָרקעסטער. אין יאָר 1968 האָט מען אים אַרויסגעוואָרפֿן פֿון מיליטער אין איינעם מיט אַלע אַנדערע ייִדישע אָפֿיצירן. דעמאָלט איז ער געקומען צו אַרבעטן אינעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער.

אין די לעצטע דרײַסיק יאָרן פֿאַרנעמט קאָזלאָווסקי זיך בלויז מיט ייִדישער מוזיק. ער איז געוואָרן אַ בעל-יועץ פֿאַר טעאַטער און קינאָ, צווישן אַנדערע פֿילמען — פֿאַר „שינדלערס ליסטע‟. ער נעמט כּסדר אָנטייל אינעם גרויסן ייִדישן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין קראָקע.

אין זײַן לעבן איז מקוים געוואָרן די אַלטע כינעזישע קללה: זאָלסט לעבן אין טשיקאַווע צײַטן.

די סטאַטיסטיק באַשטעטיקט: שווער צו זײַן אַ ייִד!

דער פּאָפּולערער פּוילישער זשורנאַל „פּאָליטיקאַ‟ שטעלט אַ פֿראַגע: „ביסטו אַן אַנטיסעמיט?‟ כּדי צו דערוויסן זיך, צי דו ביסט טאַקע אַן אַנטיסעמיט, דאַרפֿסטו ענטפֿערן אויף 11 פֿראַגעס. למשל: ביסטו מסכּים מיט דער טענה, אַז ייִדן זענען מער געטרײַ ישׂראל, ווי דער אייגענער מדינה?

וואָלטסטו געזאָגט, אַז ייִדן האָבן צו פֿיל השפּעה אויף דער ווירטשאַפֿט?

מיינסטו, אַז ייִדן באַהערשן די מעדיאַ?

איז עס אמת, אַז ייִדן זענען די סיבה פֿון אַלע מלחמות אויף דער וועלט?

איז עס אמת, אַז ייִדן האַלטן זיך פֿאַר בעסערע מענטשן, ווי די גויים? און ענלעכע פֿראַגעס.

דער זשורנאַל ווײַזט אונדז אַ מאַפּע פֿון אייראָפּע. לויט אָט דער מאַפּע זענען די האָלענדער קנאַפּע אַנטיסעמיטן; נאָר 5 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג זענען געשטימט אַנטיסעמיטיש. אין פּוילן, אין קעגנזאַץ, איז כּמעט יעדער צווייטער פּאָליאַק אַ שׂונא-יששׂראל. 45 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג אין פּוילן איז אַנטיסעמיטיש געשטימט. אין פֿראַנקרײַך איז אויך נישט פֿויגלדיק פֿאַר ייִדן — 37 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערוגנ זענען, לויטן אויספֿרעג, אַנטיסעמיטן. דער חילוק צווישן פּוילן און פֿראַנקרײַך ליגט אין דעם, וואָס אין פֿראַנקרײַך זענען דאָ אַ סך אַראַבישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן פֿײַנט ייִדן, און פּוילן האָט זייער ווייניק אימיגראַנטן.

צום סוף, ברענגט דער זשורנאַל עטלעכע טשיקאַווע פֿאַקטן. צען פּראָצענט פֿון די מענטשן אויף דער גאַנצער וועלט האַלטן, אַז ייִדן באַטרעפֿן צוואָנציק פּראָצענט פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג. לויט אָט דעם חשבון קומט אַרויס, אַז עס זענען פֿאַראַן כּמעט אָנדערטהאַלב מיליאַרד ייִדן אויף דער וועלט (!). הלוואַי וואָלט אַזוי געווען. 50 פּראָצענט האַלטן, אַז ייִדן זענען אַ פֿאָלק פֿון 70 מיליאָן מענטשן, אַן ערך 1 פּראָצענט פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג.

לויט דער אמתער צאָל ייִדן און אַנטיסעמיטן אויף אונדזער פּלאַנעטע באַקומט זיך, אַז פֿאַר יעדן ייִדן זענען פֿאַראַן אַכציק אַנטיסעמיטן. איז עס טאַקע ריכטיק: שווער צו זיין אַ ייִד!



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.