ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

יעווגעני קיסין רעציטירט דאָס ליד „די פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט‟ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין
יעווגעני קיסין רעציטירט דאָס ליד „די פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט‟ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 08, 2014, issue of July 04, 2014.

שירה ליפּאָווסקי: אַ וואַרשטאַט פֿאַר ייִדישע זינגער אין לאָס־אַנדזשעלעס

די האָלענדישע ייִדישע זינגערין שירה ליפּאָווסקי וועט האַלטן אַ וואַרשטאַט, אויסצולערנען ווי אַזוי צו זינגען ייִדישע לידער: ווי אויך געבן אַ קאָנצערט־פּראָגראַם פֿון נײַע ייִדישע לידער אירע. דער וואַרשטאַט וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 18טן יוני, 7:30 אין אָוונט, בײַ דער „סאַנטאַ־מאָניקאַ סינאַגאָגע‟ (1448 18טע גאַס, סאַנטאַ מאָניקאַ, קאַליפֿאָרניע).

די פּראָגראַם ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט‟ מיט דער שטיצע פֿון די פֿונדאַציעס אויף די נעמען פֿון רות און אַלען זיגלער, חיים שוואַרץ און דער משפּחה באַראַן.

דער אײַנטריט קאָסט 12$ דאָלאַר פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט‟, 15$ דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם און $5 דאָלאַר פֿאַר סטודענטן.

כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט אָדער צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט ciycl@yiddishinstitute.org אָדער קלינגט אָן 1190־745־310.


יעווגעני קיסין אין אַמסטערדאַם

דער באַקאַנטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין וועט אויפֿטרעטן מיט אַ וואָרט־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, ווי אַ טייל פֿונעם ישׂראלדיקן קולטור־פֿעסטיוואַל אין האָלאַנד. די פּראָגראַם, מיטן נאָמען „אַ ייִדישע מיטל־זומערדיקע נאַכט מיט יעווגעני קיסין‟ וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 19טן יוני, 8 אַזייגער אין אָוונט, בײַ דער „פּאָרטוגעזישער סינאַגאָגע‟. בילעטן קאָסטן 13.50€ און מוזן געקויפֿט ווערן בײַ דער טיר די נאַכט פֿונעם קאָנצערט.

נאָך אינפֿאָרמאַציע http://www.jhm.nl/actueel/evenementen/juni/jiddisje-midzomernacht-met-evgeny-kissin


רוף נאָך אַקאַדעמישע אַרטיקלען

די „מאָדערנע שפּראַך־אַסאָציאַציע‟ (MLA) האָט אַרויסגעשיקט אַן אַנאָנס, אַז מע זוכט אַקאַדעמישע אַרטילקען אויף דער טעמע „הײַנטצײַטיקער ייִדיש: ליטעראַטור, טעאַטער און פֿילם זינט 1980‟. די אַרטיקלען וועלן ווערן אַ טייל פֿון אַ פּאַנעל בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון דער „מאָדערנער שפּראַך־אַסאָציאַציע‟, וואָס וועט פֿאָרקומען אין וואַנקוּווער, קאַנאַדע, אין יאַנואַר 2015. קיצורים פֿון 250 ווערטער זאָל מען שיקן צו ד׳׳ר דזשעראָלד פֿרייקס jcfrakes@buffalo.edu.


ווינטער־קורס אין ייִדישער שפּראַך אין ירושלים

אַן אינטענסיווער ווינטערקורס אין ייִדישער שפּראַך וועט פֿאָרקומען אין ירושלים פֿונעם 15טן ביזן 27סטן פֿעברואַר 2015 בײַ דער אַכסניא „בית בן־יהודה‟. די פּראָגראַם ווערט אָנגעפֿירט בשותּפֿותדיק מיט „בית שלום עליכם‟ און „יונג ייִדיש‟. דער שפּראַך־לימוד וועט פֿאָרקומען אויף 3 מדרגות ־ אָנהייבערס, מיטנדיקע און ווײַטהאַלטערס, און נעמט אַרײַן 40 שעה פֿון לעקציעס ווי אויך 16 שעה פֿון געניטונגען מיט אַ מדריך. די פּראָגראַם וועט אויך אַרײַננעמען וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן, קאָנצערטן און אַרויספֿאָרן אין ירושלים. די צאָל סטודענטן אין יעדן קלאַס איז באַגרענצט ביז 15 סטודענטן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט 02 ־ 6730124 אָדער שרײַבט אַ בליצבריוו צו

pedagog@beit-ben-yehuda.org



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.