ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris

עפֿלאַם טשאַוואַנעס, אַן 8־יאָריק פֿראַנצייזיש ייִנגל באַדאַנקט יוסף קעלסי, 91 יאָר, אויף „שווערד־פּלאַזשע‟, בעת אַ צערעמאָניע, וואָס מערקט אָפּ די 70סטע יאָרצײַט פֿון דער אַמעריקאַנער אינוואַזיע D־טאָג.
Getty Images
עפֿלאַם טשאַוואַנעס, אַן 8־יאָריק פֿראַנצייזיש ייִנגל באַדאַנקט יוסף קעלסי, 91 יאָר, אויף „שווערד־פּלאַזשע‟, בעת אַ צערעמאָניע, וואָס מערקט אָפּ די 70סטע יאָרצײַט פֿון דער אַמעריקאַנער אינוואַזיע D־טאָג.

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published June 06, 2014, issue of July 04, 2014.

קדיש נאָך די אַמעריקאַנער־ייִדישע סאָלדאַטן

דעם 6טן יוני האָט פֿראַנקרײַך אָפּגעצייכנט דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער לאַנדונג פֿון די אַליִיִרטע כּוחות אין נאָרמאַנדיע. צו דער הויפּט־צערעמאָניע זענען געקומען מנהיגים פֿון אַרום דער וועלט: באַראַק אָבאַמאַ, אַנגעלאַ מערקעל, וולאַדימיר פּוטין און אַ סך אַנדערע. די ייִדישע קהילה האָט אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלע צערעמאָניע פֿאַרן דענקמאָל פֿון די ייִדישע סאָלדאַטן אויפֿן אַמעריקאַנער בית־עולם אין קאָלעוויל־סיר־מער. בשעת דער צערעמאָניע האָט מען געזאָגט קדיש פֿאַר די 149 אַמעריקאַנער־ייִדישע סאָלדאַטן, וואָס זענען אומגעקומען בשעת דער לאַנדונג, און וואָס זענען באַגראָבן אויף דעם בית־עולם.


געכאַפּט דעם מערדער פֿון בריסלער אַטענטאַט

מיט אַ וואָך צוריק האָט די פֿראַנצייזישע פּאָליציי אַרעסטירט אין דער שטאָט מאַרסיי אַ פֿראַנצייזישן בירגער, מעהדי נעמוש, וואָס איז פֿאַרדעכטיקט פֿאַרן אַטענטאַט אינעם ייִדישן מוזיי אין בריסל. אין דער שיסערײַ זענען געשטאָרבן פֿיר מענטשן.

די פּאָליציאַנטן האָבן נעמושן געכאַפּט צופֿעליק, בשעת אַ רוטין־קאָנטראָל אויפֿן אויטאָבוס־וואָקזאַל. ער איז געקומען מיט אַן אויטאָבוס פֿון אַמסטערדאַם, וואָס איז געפֿאָרן דורך בריסל, און אין זײַן טאָרבע האָט מען געפֿונען אַ קאַלאַשניקאָוו און אַ רעוואָלווער. די וואָפֿן איז פֿונעם זעלבן מין וואָס דער מערדער אין בריסל האָט געניצט. דערצו האָט ער אויך געהאַט אַ ווײַסע פֿאָן מיט איסלאַמיסטישע אויפֿשריפֿטן.

נעמוש אין 29 יאָר אַלט, און באַקאַנט שוין פֿון לאַנג מיט דער פּאָליציי, אי צוליב קרימינעלער טעטיקייט, אי ווי אַ ראַדיקאַלער איסלאַמיסט. לויט די באַריכטן פֿון דער טורמע־אַדמיניסטראַציע, האָט ער זיך באַקענט מיט אַנדערע ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן אין תּפֿיסה, און אַזוי געוואָרן אַקטיוו אין זייערע קרײַזן. סוף 2012 איז ער געפֿאָרן קיין סיריע, און דאָרטן געקעמפֿט מיט די דזשיהאַדיסטן.

דער אינערן־מיניסטער, בערנאַרד קאַזענעוו, האָט געזאָגט, אַז אויב בעלגיע וועט בעטן מע זאָל איר אויסליווערן מעהדי נעמוש, וועט דאָס פֿראַנקרײַך טאָן.

פֿיר טעג נאָך נעמושעס אַרעסט, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט פֿיר אַנדערע ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן אין דער פּאַריזער געגנט און אין דרום־פֿראַנקרײַך. די פּאָליציאַנטן האָבן דערקלערט, אַז זיי זענען נישט דירעקט פֿאַרבונדן מיטן אַטענטאַט, נאָר אַז זיי האָבן צעשפּרייט איסלאַמיסטישע פּראָפּאַגאַנדע און רעקרוטירט יונגע מענער זיי צו שיקן קיין סיריע.


אַ חזנות־קאָנצערט לטובֿת אוקראַיִנישע ייִדן

זונטיק האָט די פֿראַנצייזישע סעקציע פֿון „בני־ברית‟ אָרגאַניזירט אַ גרויסן חזנות־קאָנצערט, צו העלפֿן ייִדן אין אוקראַיִנע. אינעם קאָנצערט האָבן געזונגען דער חזן זשאַקי הערמאַן פֿון פֿראַנקרײַך, דער חזן זשאַן מאַרק פֿון ישׂראל און דער חזן מישעל הערמאַן פֿון לוקסעמבורג.


אַ גאַלאַ־פּראָגראַם אַרויסצוהעלפֿן קראַנקע קינדער

און נאָך אַ צדקה קאָנצערט וועט פֿאָרקומען די וואָך: די געזעלשאַפֿט OSE אָרגאַניזירט אַ גאַלאַ־קאָנצערט אינעם קאַזינאָ־טעאַטער אין דער שטאָט דאָוויל לעבן ים.

ראָמאַן גרינבערג פֿון עסטרײַך וועט זינגען ייִדישע לידער מיט זײַן קלעזמער־אָרקעסטער, און דער ישׂראלדיקער זינגער אַבֿי טאָלעדאַנאָ וועט זינגען העברעיִשע לידער. די פֿאַרדינסטן פֿונעם קאָנצערט וועלן געניצט ווערן צו העלפֿן קראַנקע קינדער און עלטערע מענטשן.


אינטערנאַציאָנאַלער סימפּאָזיום: „חורבן־ליטעראַטור פֿון פּוילישע ייִדן‟

מיטוואָך וועט זיך אָנהייבן אַ דרײַ־טאָגיקער אינטערנאַציאָנאַלער סימפּאָזיום אינעם ייִדישן מוזיי אין פּאַריז, אַרום דער טעמע „חורבן־ליטעראַטור פֿון פּוילישע ייִדן‟. דער סימפּאָזיום איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ פֿאָרש־פּראָיעקט פֿון אַ גרופּע יונגע פֿראַנצייזישע פֿאָרשער בײַם אינסטיטוט EHESS, וואָס האָבן זיך פֿאַרנומען צו שטודירן די גרויסע ביכער־סעריע „דאָס פּוילישע ייִדנטום‟, אַרויסגעגעבן אין בוענאָס־אײַרעס דורך מאַרק טורקאָוו פֿון 1946 ביז 1966. יהודית לינדענבער האָט איניציִיִרט די פֿאָרשונג, און צווישן די הויפּט־פֿאָרשער, וואָס האָבן געאַרבעט מיט איר, זענען פֿלער קון, קאָנסטאָנס פּאַריז־דע־לאַ־באָלאַדיער, אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע און עלעאַנאָר ביעזונסקי. די פֿאָרשער האָבן געמאַכט אַ פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון דער ביכער־סעריע און זיך געפֿרעגט, וואָס איז די פּויליש־ייִדישע אידענטיטעט נאָכן חורבן לויט דעם, ווי זי שפּיגלט זיך אָפּ אין דער סעריע.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.