גיור — אַ מיטל קעגן אַסימילאַציע?

The Talmudic Case for Conversion

מאַרק שאַגאַלס בילד פֿון רות — די באַרימטסטע גיורת, וואָס די מעשׂה וועגן איר לייענט מען שבֿועות אין די שילן.
Wikimedia Commons
מאַרק שאַגאַלס בילד פֿון רות — די באַרימטסטע גיורת, וואָס די מעשׂה וועגן איר לייענט מען שבֿועות אין די שילן.

פֿון צבֿי זוהר (Forward)

Published June 08, 2014, issue of July 04, 2014.

דער אַנומלטיקער דעמאָגראַפֿישער באַריכט פֿונעם פֿאָרש־צענטער „פּיו‟ האָט אַרויסגערופֿן אַ סך זאָרג וועגן דעם אומסטאַבילן מצבֿ פֿון די ייִדישע קהילות אין צפֿון־אַמעריקע, און נײַע דיסקוסיעס וועגן דעם, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט באַקעמפֿן די אַסימילאַציע.

עס קאָן זײַן, אַז דער דאָזיקער באַריכט קלינגט טאַקע דראַמאַטיש. ס׳איז אָבער כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז אינעם יאָר 2008 האָט דער זעלבער אינסטיטוט אויפֿגעדעקט אַן אַנדער וויכטיקע טענדענץ: אַז אין צפֿון־אַמעריקע איז פֿאַראַן אַ „שטאַרק קאָנקורירנדיקער מאַרק פֿון רעליגיעס‟. 44 פּראָצענט אַמעריקאַנער האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס גלויבן פֿון זייערע עלטערן. אין אַזאַ מצבֿ, קאָן מען אָבער אויך פֿאַרשפּרייטן אַ רעליגיזע גרופּע דורכן אָנשליסן נײַע אָנהענגער.

ווי ס׳איז באַקאַנט, זענען די הײַנטיקע ייִדישע קהילות נישט פֿאַראינטערעסירט אין אַקטיווער מיסיאָנערישער טעטיקייט. איז עס אָבער תּמיד געווען אַזוי? אין דער טראַדיציאָנעלער הלכה, געפֿינען מיר אויך רבנישע דעות, לויט וועלכע ס׳איז דווקא כּדאַי מקבל צו זײַן די גרים אויף אַ גרינגן אופֿן. אויב אַזעלכע דעות זענען בנימצא, אויב אַפֿילו זיי זענען אַ זעלטענער דעת־יחיד, מעג מען זיך פֿאַרלאָזן אויף זיי „בשעת־הדחק‟ — אין אַזאַ קריטישער סיטואַציע, ווי הײַנט אין אַמעריקע.

ווי עס האָט באַמערקט הרבֿ בן־ציון עוזיאל, דער ערשטער ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ, שטייט אין דער גמרא געשריבן, אַז דער באַשעפֿער האָט פֿאַרשפּרייט ייִדן אַרום דער וועלט, כּדי זיי זאָלן מגייר זײַן די גרים. אַדרבה, לויט עוזיאל, איז עס אַ מיצווה־דאוריתא מקבל צו זײַן אַ גר צי אַ גיורת, אויב אַפֿילו מע ווייסט פֿון פֿריִער, אַז זיי וועלן נישט מקיים זײַן אַלע מיצוות כּהלכה. דער דאָזיקער רבֿ האָט בפֿירוש געהאַלטן, אַז ס׳איז נישטאָ קיין חילוק צווישן אַ „שוואַכן‟ גר און אַן אײַנגעבוירענעם ייִד. ביידע זענען ייִדישע קינדער, נישט געקוקט אויף זייער מדרגה פֿון שמירת־המיצוות.

הרבֿ יוסף משׂאַשׂ (מעסאַס), דער חיפֿהר הויפּט־רבֿ, האָט אינעם יאָר 1965 געפּסקנט, אַז ס׳איז כּדאַי מגייר צו זײַן אַלע פֿאַראינטערעסירטע מענטשן. אַדרבה, ער האָט געהאַלטן, אַז די חשדים לגבי די פּאָטענציעלע גרים זענען נישט אַ סימן פֿון פֿרומקייט, נאָר אַ מיואסע מידה.

ווי אַן אַנדער בײַשפּיל קאָן מען דערמאָנען הרבֿ חיים־דוד הלוי, דעם הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. ער האָט באַמערקט, אַז איין גרויסער תּנא, רבי יהושע בן חנניה, האָט געהאַלטן, אַז אַ נישט־ייִדישער מאַן קאָן ווערן אַ ייִד אַפֿילו אָן אַ ברית, בלויז דורכן טובֿלען זיך אין מיקווה. הלוי האָט נישט געפּסקנט אַזוי למעשׂה, אָבער באַמערקט, אַז דאָס איז אַ סימן פֿון אָפֿענער באַציִונג צו די פּאָטענציעלע גרים אין ייִדישקייט.

בקיצור, מע דאַרף נישט גראָבן צו טיף, כּדי צו געפֿינען באַקאַנטע רבנים, וואָס האָבן געשטיצט אַזעלכע געדאַנקען. אין דער וועלט זענען פֿאַראַן צענדליקער מיליאָנען מענטשן, וואָס זוכן אַ גײַסטיקן וועג פֿאַר זיך. ס׳קאָן זײַן, אַז אַ מערקווירדיקער טייל פֿון זיי וואָלטן אויסגעקליבן ייִדישקייט, ווען די ייִדישע קהילות וואָלטן זיי אָנגענומען. אויב אַזוי, וואָלטן ייִדן אויך געקאָנט זיך פֿאַרמעסטן אויפֿן אַמעריקאַנער „רעליגיעזן מאַרק‟, און אַזוי אַרום ראַטעווען די קהילות פֿון אַסימילאַציע.