לפּיד וואָרנט רעגירונג נישט צו אַנעקסירן ייִשובֿים

Lapid Warns Government Not to Attempt Annexation

יאיר לפּיד
Getty Images
יאיר לפּיד

פֿון ייִט״אַ

Published June 10, 2014, issue of July 04, 2014.

דער ישׂראלדיקער פֿינאַנץ־מיניסטער, יאיר לפּיד, האָט געזאָגט, אַז אויב די פֿירנדיקע רעגירונג וועט באַשליסן צו אַנעקסירן אַ טייל פֿון די אָקופּירטע שטחים אויפֿן מערבֿ־ברעג, וועט זײַן צענטריסטישע פּאַרטיי, „יש עתיד‟, צעשטערן די קאָאַליציע.

בעת דער יערלעכער פּאָליטישער קאָנפֿערענץ איז הרצליה, האָבן פֿינף פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע פּאַרטייען דערקלערט זייערע היפּוכדיקע פּאָזיציעס לגבי דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. דער מיניסטער פֿון עקאָנאָמיע, נפֿתּלי בענעט, גלייבט, אַז מע דאַרף אַנעקסירן מער ווי 60 פּראָצענט פֿון די אָקופּירטע שטחים אויפֿן מערבֿ־ברעג, וווּ עס געפֿינען זיך איבער 100 ישׂראלדיקע ייִשובֿים. בענעט האָט באַטאָנט, אַז דער פּלאַן צו צעטיילן דאָס לאַנד צווישן צוויי מלוכות איז דורכגעפֿאַלן, און „די וועלט וועט זיך צוגעוווינען, מיט דער צײַט, צו דער אַנעקסיע‟.

לפּיד האָט אָבער פֿאָרגעלייגט אַ פּרטימדיקן פּלאַן, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט צעטיילן דאָס לאַנד, און האָט קריטיקירט בענעטס פֿאָרלייג ווי אַן „אילוזיע‟, וואָס וואָלט פֿאַרוואַנדלט ישׂראל אין אַ צוויי־נאַציאָנאַלער מלוכה. בענעט איז אויפֿגעטראָטן אויף דער קאָנפֿערענץ גלײַך נאָך לפּידן, און האָט דערקלערט, אַז, לויט זײַן מיינונג, איז אַן „אילוזיע‟ דווקא דער געדאַנק צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מלוכה אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס, אַנשטאָט צו אַנעקסירן די שטחים.

נאָך בענעטס רעדע איז אויפֿגעטראָטן ציפּי ליבֿני, די יוסטיץ־מיניסטאָרין און די פֿירערין פֿון דער פּאַרטיי „התּנועה‟; זי האָט שאַרף קריטיקירט בענעטס פֿאָרלייג און באַטאָנט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג מוז ממשיך זײַן די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען און אָנערקענען די נײַע פּאַלעסטינער רעגירונג, אַפֿילו אויב זי שטיצט „כאַמאַס‟.

יצחק הערצאָג, דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרטיי „עבֿודה‟, האָט פֿאָרגעלייגט ליבֿני און לפּיד צו צעשטערן די פֿירנדיקע קאָאַליציע און צו שאַפֿן אַ נײַע בשותּפֿותדיקע רעגירונג צוזאַמען מיט אים. הערצאָג האָט גערופֿן אָפּצושטעלן די בויערײַ אין געוויסע ייִשובֿים און ממשיך צו זײַן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, כּדי צו צעטיילן דאָס לאַנד צווישן צוויי מלוכות.

דער לעצטער רעדנער אויף דער קאָנפֿערענץ איז געווען גדעון סער, פֿון „ליכּוד‟, וועלכער האָט פֿאָרגעלייגט אָפּצוהיטן דעם איצטיקן סטאַטוס־קוואָ, כּל־זמן מע האָט נישט געפֿונען קיין בעסערע פּראַקטישע לייזונגען. סער האָט צוגעגעבן, אַז די איצטיקע סיטואַציע, ווען די פּאַלעסטינער קאָנטראָלירן דעם עזה־פּאַס, אָבער האָבן בלויז אַ באַגרענעצטע אויטאָנאָמיע אויפֿן מערבֿ־ברעג, שטעלט נישט אין קיין סכּנה די ייִדישע מערהייט אין מדינת־ישׂראל.