איז „קלינגהאָפֿער‟־אָפּערע טאַקע אַנטיסעמיטיש?

Is “Klinghoffer” Opera Really Anti-Semitic?

ליסאַ און אילסאַ קלינגהאָפֿער (רעכטס), די טעכטער פֿון לעאָן קלינגהאָפֿער, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן אינעם יאָר 1985, ווען די טעראָריסטן האָבן פֿאַרכאַפּט אַ שיף
Haaretz
ליסאַ און אילסאַ קלינגהאָפֿער (רעכטס), די טעכטער פֿון לעאָן קלינגהאָפֿער, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן אינעם יאָר 1985, ווען די טעראָריסטן האָבן פֿאַרכאַפּט אַ שיף

פֿון דעבראַ נוסבואַם־כּהן (Forward)

Published June 10, 2014, issue of July 04, 2014.

די נײַע אָפּערע „דער טויט פֿון קלינגהאָפֿער‟ האָט אַרויסגערופֿן אַ סך קאָנטראָווערסיע זינט דער פּרעמיערע, און וועט ווידער אויפֿרעגן אַ סך מענטשן אין נאָוועמבער, ווען מע פּלאַנירט זי צו שפּילן אינעם ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַן אָפּערע־הויז‟, און עס גלײַכצײַטיק שפּילן אין קינאָ־טעאַטערס איבער דער גאַנצער וועלט.

דער קאָמפּאָזיטאָר דזשאָן אַדאַמס און די ליברעטיסטקע אַליס גודמאַן האָבן אינעם יאָר 1991 באַשריבן אויף אַ מוזיקאַלישן אופֿן די פֿאַרכאַפּונג פֿון דער איטאַליענישער קרויִז־שיף „אַקילע לאַוראָ‟, וואָס אַ גרופּע טעראָריסטן פֿונעם „פּי־על־אָ‟ האָט פֿאַרכאַפּט אינעם יאָר 1985, פֿאָדערנדיק צו באַפֿרײַען 50 אַרעסטאַנטן אין ישׂראל. די פֿאַרכאַפּער האָבן דערמאָרדעט דעם 69־יאָריקן אינוואַליד לעאָן קלינגהאָפֿער — אַ ניו־יאָרקער ייִד, וועלכער האָט זיך נישט געקאָנט רירן אָן זײַן רעדערשטול. די מערדער האָבן אים דערשאָסן און אַרויסגעוואָרפֿן דעם טויטן גוף אינעם ים.

דער וועלט־דעביוט פֿון דער אָפּערע איז פֿאָרגעקומען אין בריסל, אינעם יאָר 1991, אָבער נאָכן 11טן סעפּטעמבער האָט מען אָפּגעשאַפֿן די פּלאַנירטע פֿאָרשטעלונגען אין באָסטאָן און אַ צאָל אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט. דעם 15טן נאָוועמבער, וועט מען עס שפּילן אין ניו־יאָרק, און טראַנסמיטירן גלײַכצײַטיק אין 2,000 קינאָ־טעאַטערס אַרום דער גאַנצער וועלט. הונדערטער טויזנטער אָדער אַפֿילו מיליאָנען צוקוקער וועלן קוקן אויף אַ ווערק, וואָס איז אין תּוך, אַנטיסעמעטיש,‟ האָט דערקלערט מײַראָן קאַפּלאַן, אַ ליבהאָבער פֿון אָפּערע און אַנאַליסט פֿון CAMERA, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס האַלט אַן אויג אויף דער מעדיאַ, זי זאָל איבערגעבן אַן אַקוראַט בילד פֿונעם מיטעלן מיזרח.

אַ וואָרטזאָגער פֿונעם „מעטראָפּאָליטאַן־הויז‟ האָט איבערגעגעבן, אַז קאַפּלאַן האָט אָנגעשריבן אַ טענה־בריוו, אין וועלכן ער באַקלאָגט זיך אויפֿן „אַנטי־ישׂראלדיקן און אַנטי־ייִדישן‟ כאַראַקטער פֿון דער אָפּערע. פּיטער געלב, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אָפּערע־הויז האָט געענטפֿערט אויף קאַפּלאַנס טענה, אַז „דער טויט פֿון קלינגהאָפֿער‟ איז צווישן די וויכטיקסטע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. „דער קאָמפּאָזיטאָר, דזשאָן אַדאַמס, שטרעבט צו ווײַזן, אַז די טעראָריסטן זענען אויך מענטשן, וואָס זייערע אַקציעס ווערן מאָטיווירט מיט פֿאַרשטענדלעכע כּוונות,‟ האָט געלב געזאָגט. טאָם מאָריס, דער דירעקטאָר פֿון דער פּלאַנירטער ניו־יאָרקער אונטערנעמונג, האָט דערקלערט, אַז דאָס ווערק קאָן העלפֿן צו „פֿאַרענטפֿערן די שווערסטע קשיות, וואָס קומען אַרויס פֿונעם ענדלאָזיקן ציקל פֿון גוואַלד‟.

קאַפּלאַן האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אַן אינטערוויו. לעאָן קלינגהאָפֿערס אַלמנה איז געשטראָבן פֿון ראַק באַלד נאָך איר מאַנס מאָרד. זייערע צוויי טעכטער, ליסאַ און אילסאַ, האָבן גלײַך נאָך דער פּרעמיערע פֿון דער אָפּערע געמאָלדן, אַז דאָס ווערק האָט אַן אַנטיסעמיטישן טעם. זיי האָבן אויך געטענהט, אַז די מוזיקער נוצן אויס אויף אַ מיואסן אופֿן די מעשׂה מיט זייער טאַטנס טראַגישן טויט. די וואָך, האָט זייער וואָרטזאָגער, לעטי סימאָן, איבערגעגעבן, אַז די פּאָזיציע פֿון קלינגהאָפֿערס טעכטער לגבי דעם דאָזיקן ענין האָט זיך זינט דעמאָלט נישט געביטן.

דער ראַבינער גאַרי ברעטאָר־גראַנאַטור, וועלכער האָט הנאָה געהאַט פֿון דער אָפּערע אינעם יאָר 2003 און קלײַבט זיך זי צו זען נאָכאַמאָל, האָט אָבער געזאָגט, אַז הגם דאָס ווערק איז זיכער פּראָוואָקאַטיוו, איז עס בעצם פֿון אַ גוטער קוואַליטעט. ער האָט דערקלערט, אַז די קונסט מוז זײַן דווקא פּראָוואָקאַטיוו און באַלערנדיק. „ס׳איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין, אַז די, וואָס האָבן אַכזריותדיק דערמאָרדעט אַן אינוואַליד, האָבן אויך געוויסע מענטשלעכע מאָטיוון,‟ האָט דער ראַבינער געזאָגט. „אַ מענטש, וואָס באַגייט אַ שרעקלעכע עוולה, בלײַבט פֿאָרט אַ מענטש. הײַנט, מיט 11 יאָר שפּעטער, וויל איך זי ווידער זען, כּדי צו זען ווי איך וועל דאָס מאָל רעאַגירן.‟