ייִדישע מאַטעמאַטיק?

Jewish Mathematics?

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 11, 2014, issue of July 04, 2014.

אַ ייִדישער סגולה-אָרנאַמענט, באַגרינדעט אויפֿן פּרינציפּ פֿון רעקורסיע — דעם מאַטעמאַטישן „גלגל־החוזר‟
אַ ייִדישער סגולה-אָרנאַמענט, באַגרינדעט אויפֿן פּרינציפּ פֿון רעקורסיע — דעם מאַטעמאַטישן „גלגל־החוזר‟

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָט די סאַן־פֿראַנציסקער ייִדישע צײַטונג J פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעצענזיע אויפֿן נײַעם בוך פֿונעם פּראָפֿעסאָר עדוואַרד פֿרענקעל, וואָס טראָגט דעם נאָמען „ליבע און מאַטעמאַטיק: דאָס האַרץ פֿון דער באַהאַלטענער ווירקלעכקייט‟.

פֿרענקעל, אַ 45־יאָריקער מאַטעמאַטיקער פֿון מאָסקווע, וועלכער אַרבעט איצט אינעם בערקלי־אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע, איז אַ באַקאַנטער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון מאַטעמאַטיק, וועלכער ציט צו דעם עולם צו זײַן באַליבטער ספֿערע פֿון וויסנשאַפֿט דורך ראָמאַנטישע משלים און טשיקאַווע המצאות. מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות דערציילט וועגן זײַן עראָטיש־מאַטעמאַטישן פֿילם. אינעם שמועס מיטן דערמאָנטן זשורנאַל, האָט פֿרענקעל דערקלערט, אַז זײַנע „רביים‟ זענען אײַנשטיין און שפּינאָזע, אָבער „עס קען נישט זײַן אַזאַ זאַך, ווי ייִדישע מאַטעמאַטיק‟. אויפֿן ערשטן בליק, איז ער טאַקע גערעכט. עס זענען אין דער ייִדישער געשיכטע געווען, אַוודאי, אַזעלכע אָריגינעלע מאַטעמאַטישע ספֿרים, ווי אַבֿרהם אבן־עזראס „ספֿר המספּר‟ און „ספֿר האחד‟, אָדער אַבֿרהם בר חייאס „חיבור המשיחה והתּשבורת‟. מאַטעמאַטיק, וואָס די דאָזיקע מחברים האָבן אָפּגעלערנט פֿון די אַראַבער, בלײַבט אָבער בעצם אַן אַלמענטשלעכע וועלט־חכמה.

דער באַגריף „ייִדישע מאַטעמאַטיק‟ איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער טרויעריקער געשיכטע פֿונעם חורבן. מיט עטלעכע חדשים צוריק, איז אינעם מאַנהעטענער „צענטער פֿון ייִדישער געשיכטע‟ פֿאָרגעקומען אַן אויסשטעלונג וועגן דער גרויסער ראָלע, וואָס ייִדן האָבן אַמאָל געשפּילט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער דײַטשישער מאַטעמאַטישער קולטור ביז די 1930ער יאָר, ווען די נאַציס האָבן אויסגעטראַכט אַ ראַסיסטישע טעאָריע, לויט וועלכער ס׳איז פֿאַראַן אַ שאַרפֿער אונטערשייד צווישן דער נוצלעכער „אַריאַנער‟ און דער אַבסטראַקטער „ייִדישער‟ מאַטעמאַטיק. לודוויג ביבערבאַך, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם בערלינער אוניווערסיטעט, האָט דערקלערט אינעם יאָר 1934, אַז ייִדן „זשאָנגלירן מיט כיטרע קאָנצעפּציעס‟ אַנשטאָט צו ברענגען קאָנקרעטע און אָביעקטיווע קעגנשטאַנדן און רעזולטאַטן.

אין דער אמתן, נישט געקוקט אויף די צווייפֿלהאַפֿטיקע קאָנאָטאַציעס פֿונעם טערמין, איז יאָ פֿאַראַן אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער מין מאַטעמאַטיק, און טאַקע זייער אַן אַבסטראַקער. אַדרבה, דאַכט זיך מיר, אַז מע וואָלט געקאָנט פּאָפּולאַריזירן מאַטעמאַטיק נישט בלויז דורך אַזעלכע מיטלען, ווי פֿרענקעלס פֿילם, נאָר דורך גאָר אַלטע און הייליקע קבלה־ספֿרים.

אין דער הײַנטיקער תּקופֿה איז דער חילוק צווישן דער „פּראַקטישער‟ און „ריינער‟ מאַטעמאַטיק געוואָרן צעשווענקט. די קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס זענען באַגרינדעט אויף אַבסטראַקטע סיסטעמען פֿון סימבאָלן. אַ ריי היסטאָריקער ווײַזן אָן, אַז קבלה האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטיקער אַבסטראַקטער מאַטעמאַטיק און קאָמפּיוטערײַ — דורך אַזעלכע דענקער, ווי דזשאָרדאַנאָ ברונאָ און גאָטפֿריד לײַבניץ. אַזוי צי אַזוי, כּדי צו באַקענען זיך מיט די דאָזיקע חכמות, מוז מען זיך אויסלערנען צו „זשאָנגלירן‟ מיט אַבסטראַקטע קאָנצעפּציעס‟, און קבלה קען דאָ קומען צו נוץ.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז די ייִדישע מקובלים זענען געווען, מעגלעך, כּמעט די איינציקע מענטשן אין דער וועלט, וואָס האָבן זיך במשך פֿון הונדערטער יאָר פֿאַרנומען מיט געוויסע ריין־אַבסטראַקטע און גאַנץ קאָמפּליצירטע מעטאָדן, וואָס שטימען מיט דער הײַנטיקער קאָמפּיוטערײַ — דהײַנו, אַלגאָריטמישע מאַניפּולאַציעס איבער ליסטעס פֿון סימבאָלן, אויפֿן סמך פֿון די ספּעציפֿישע אייגנשאַפֿטן פֿונעם ייִדישן אַלף־בית.

ענלעכע נומעראָלאָגישע שפּילערײַען מיט די אותיות זענען אויך באַקאַנט אין מיסטישע שטראָמען פֿון איסלאַם, הינדויִזם און בודיזם. ווי ווײַט מיר האָט זיך אײַנגעגעבן זיי צו פֿאַרגלײַכן, זענען זיי אָבער נישט אַזוי קאָמפּליצירט, ווי די ייִדישע חכמה פֿון צירופֿי־אותיות. עס וואָלט מיך אָבער נישט פֿאַרחידושט, אויב גאָר קאָמפּליצירטע מאַניפּולאַציעס איבערן אַראַבישן אַלף־בית זענען אויך באַקאַנט אין געוויסע צווײַגן פֿון דער איסלאַמישער טראַדיציע.

די יסודותדיקע אָביעקטן פֿון קבלה־מאַטעמאַטיק זענען די נאַטירלעכע צאָלן און די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית, פֿון וועלכע עס ווערן געבויט פֿאַרשיידענע מער קאָמפּליצירטע סטרוקטורן. צווישן די ווערטער און צאָלן איז כּמעט נישטאָ קיין חילוק, ווײַל יעדן אות אָדער וואָרט קאָן מען אינטערפּרעטירן ווי אַ גימטריא און יעדע צאָל — ווי אַ וואָרט אָדער אַ גאַנצע ריי מעגלעכע ווערטער מיט דער זעלבער גימטריא. די אָביעקטן פֿון דער קבלה־מאַטעמאַטיק קאָנען טראַנספֿאָרמירט ווערן דורך אַ ריי סטאַנדאַרטע אָפּעראַציעס, שאַפֿנדיק פֿאַרשיידענע אַבסטראַקטע סטרוקטורן.

צום בײַשפּיל, ווערט יעדער אות אַסאָציִיִרט מיט זײַן נאָמען — „מילוי‟. דאָס וואָרט „אַלף‟ איז בגימטריא 111. די נעמען פֿון געוויסע אותיות האָבן עטלעכע וואַריאַנטן פֿונעם אויסלייג, דערפֿאַר ווערט אַ „וואָוו‟ — טראַדיציאָנעל פֿאַרשריבן ווי „וו‟, „ואו‟ אָדער „ויו‟ — אַסאָציִיִרט מיט 12, 13 אָדער 17.

דעם „מילוי‟־פּראָצעס קאָן מען איבערחזרן. צום בײַשפּיל, קאָן מען באַטראַכטן דעם טאָפּלטן „מילוי דמילוי‟ פֿונעם „אַלף‟ — „אַלף למד פֿא‟, גימטריא 266. מיט פֿאַרשיידענע אויסלייגן פֿונעם „וואָוו‟ באַקומט זיך אויף אַזאַ אופֿן 135, 137 אָדער 155.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.