אויפֿזיכט איבער בילדונג אין מיזרח־ראַמאַפּאָ

Cuomo Asks State Education Department To Oversee East Ramapo

פֿאַרוואַלטער פֿון דער שולן־אַדמיניסטראַציע אין מיזרח־ראַמאַפּאָ
Getty Images
פֿאַרוואַלטער פֿון דער שולן־אַדמיניסטראַציע אין מיזרח־ראַמאַפּאָ

פֿון ייִט״אַ

Published June 12, 2014, issue of July 04, 2014.

דער גובערנאַטאָר פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, ענדריו קואָמאָ, האָט געבעטן דעם דעפּאַרטאַמענט פֿון בילדונג צו פֿאַרזיכערן דעם קאָנטראָל איבער דער צענטראַלער שול־אַדמיניסטראַציע אינעם ראַיאָן מיזרח־ראַמאַפּאָ, וואָס לײַדט פֿון דער סתּירותדיקער סיטואַציע צוליב דער גרויסער צאָל פֿרומע פֿאַרוואַלטער.

ס׳רובֿ תּושבֿים אין דער דאָזיקער געגנט זענען חסידים און אַנדערע חרדישע ייִדן, וועלכע שיקן נישט די קינדער אין די מלוכישע שולן. אויפֿן שטח פֿון מיזרח־ראַמאַפּאָ געפֿינט זיך דאָס באַקאַנטע פֿרום־ייִדישע שטעטל מאָנסי. זינט 2005 זענען די פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָרטיקער שולן־אַדמיניסטראַציע געוואָרן, על־פּי־רובֿ, פֿרומע ייִדן. אין די לעצטע יאָרן, האָט מען באַשולדיקט דעם אַדמיניסטראַציע־ראַט אינעם שנײַדן דעם בודזשעט פֿון די מלוכישע שולן, וועלכע לײַדן איצט פֿונעם פֿינאַנציעלן מאַנגל.

די אָרטיקע אַקטיוויסטן האָבן אויך געטענהט, אַז די פֿרומע פֿאַרוואַלטער האָבן זיך געגעבן אַן עצה אויסצונוצן דאָס מלוכישע געלט, אויף אומגעזעצלעכע אופֿנים, לטובֿת די ישיבֿות, אַנשטאָט די אַלגעמיינע בילדונג־אַנשטאַלטן. דערצו, איז אינעם ראַיאָן נישט לאַנג צוריק אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל מיטן מלוכישן שול־בנין, וואָס די אָרטיקע בילדונג־פֿאַרוואַלטונג האָט געפּרוּווט צו פֿאַרקויפֿן פֿאַר אַ שווינדלעריש אַראָפּגעבראַכטן פּרײַז צו אַ ישיבֿה.

קואָמאָ האָט רעקאָמענדירט אָנצושטעלן דעם יוריסט האַנק גרינבערג, וואָס האָט פֿריִער אויסגעפֿאָרשט די שווינדלערישע מעשׂים מיט די שולן אינעם ראַיאָן, צו דינען ווי אַן אויפֿזעער איבער די אָרטיקע בילדונג־אינסטאַנצן. הגם דער גובערנאַטאָר האָט נישט קיין יוריסדיקציע איבער דער שולן־אַדמיניסטראַציע, האָבן די אָרטיקע נײַעס־קוואַלן איבערגעגעבן, אַז דער שטאַט־דעפּאַרטאַמענט פֿון בילדונג האָט דינסטיק צוגעזאָגט אָנצושטעלן האַנק גרינבערג ווי אַ פֿינאַנציעלן אויפֿזעער איבער דער סיטואַציע אין מיזרח־ראַמאַפּאָ.

מיט צוויי חדשים צוריק, האָט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע גרופּע „עורי לצדק‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די פֿראַגעס פֿון סאָציאַלן יושר, זיך אויך באַטייליקט אינעם פּראָטעסט קעגן דער סתּירותדיקער בילדונג־פֿאַרוואַלטונג אין מיזרח־ראַמאַפּאָ. די גרופּע האָט זיך אײַנגעשלאָסן אין דער אָרטיקער צווישן־רעליגיעזער אָרגאַניזאַציע פֿון „גײַסטיקע פֿירער פֿאַרן סאָציאַלן יושר‟, וואָס פֿאָדערט אײַנצופֿירן אַ שטרענגערן פֿינאַנציעלן און אַדמיניסטראַטיוון אויפֿזיכט איבער די בילדונג־ענינים אין דער געגנט.

הרבֿ אַרי האַרט, דער מיטגרינדער פֿון „עורי לצדק‟, האָט פֿאַרשפּרייט אַ פּעטיציע, אין וועלכער ער האָט געטענהט, אַז די סיטואַציע אין מיזרח־ראַמאַפּאָ איז אַ „חילול־השם‟ און באַמערקט, אַז דאָס איגנאָרירן די באַדערפֿענישן פֿון דער נישט־ייִדישער באַפֿעלקעגונג פּראָוואָצירט אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין דער געגנט; דער עולם ווערט ברוגז אויף דעם, וואָס במשך פֿון עטלעכע יאָר נוצט מען דאָס געלט פֿון די נישט־ייִדישע שטײַער־צאָלער אויף די פֿרומע צוועקן. האַרט האָט צוגעגעבן, אַז צווישן די פֿרומע מנהיגים אין מאָנסי איז קיינער נישט אויפֿגעטראָטן קעגן די אומיושרדיקע מעשׂים.