וועט „כאַמאַס‟ זיך באַטייליקן אין די וואַלן?

Will Hamas Run in the Elections?

איסמאַיִל כאַנאַניִע, דער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטער פֿון „כאַמאַס‟ אין עזה, געזעגנט זיך בעת זײַן רעזיגנאַציע
Wissam Nassar/Flash90
איסמאַיִל כאַנאַניִע, דער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטער פֿון „כאַמאַס‟ אין עזה, געזעגנט זיך בעת זײַן רעזיגנאַציע

פֿון ראָן קעמפּיס (ייִט״אַ)

Published June 13, 2014, issue of July 04, 2014.

אַ ריי אַמעריקאַנער פּאָליטישע אַנאַליטיקער און פֿאָרשטייער פֿון אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האַלטן, אַז די דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מאַכמוד אַבאַס, האָט געלייזט די פּראָבלעם פֿון די באַציִונגען מיט „כאַמאַס‟ און געשאַפֿן די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַן אייגענע אומאָפּהענגיקע רעגירונג פֿון טעכנאָקראַטן. הגם „כאַמאַס‟ שטיצט די נײַע פּאַלעסטינער רעגירונג, האָט זי נישט קיין שײַכות צו דער סתּירותדיקער אָרגאַניזאַציע.

וואָס וועט אָבער געשען אין זעקס חדשים אַרום, ווען מע פּלאַנירט דורכצופֿירן די וואַלן אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע און צו באַזײַטיקן די איצטיקע צײַטווײַליקע רעגירונג? ס׳קאָן זײַן, אַז „כאַמאַס‟ וועט קומען צו דער מאַכט אָדער, לכל־הפּחות, זיך אײַנשליסן אין דער רעגירונג. ווי אַזוי וועט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע זיך באַציִען צו אַזאַ מצבֿ?

די וואָך, האָט אַ פֿאָרשטייער פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ — בתּנאי, אַז זײַן נאָמען זאָל בלײַבן בסוד — אַז לויט די אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אינסטאַנצן, האָט דער פּאַלעסטינער קאַבינעט פֿון מיניסטאָרן טאַקע נישט קיין שײַכות צו „כאַמאַס‟. אינעם יאָר 2006, איז „כאַמאַס‟ אויסגעקליבן געוואָרן ווי די פֿירנדיקע פּאַרטיי אינעם פּאַלעסטינער פּאַרלאַמענט; אַבאַס איז דעמאָלט אויך געווען דער פּרעזידענט. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט נישט געקאָנט קאָאָפּערירן מיט אַ רעגירונג, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס ווערט פֿאַררעכנט אין אַמעריקע ווי אַ טעראָריסטישע.

הײַנט איז אָבער אַן אַנדער מעשׂה. עליאָט אייבראַמס, וועלכער האָט געדינט ווי דער פֿאַרטרעטער פֿונעם נאַציאָנאַלן ראַטגעבער אין זיכערהייט־ענינים אונטער דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז די הײַנטיקע פּאַלעסטינער רעגירונג געהערט נישט צו קיין קאָנקרעטער פּאַרטיי, להיפּוך צו דעם מצבֿ אינעם יאָר 2006.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט געזאָגט, אַז די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן קאָן העלפֿן דער נײַער פּאַלעסטינער רעגירונג און מיטאַרבעטן מיט איר. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, איז געוואָרן אויפֿגעבראַכט אויף דעם דאָזיקן באַשלוס. דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין וואַשינגטאָן, ראָן דערמער, האָט דערקלערט, אַז ישׂראל קאָן נישט שלום מאַכן מיט אַ פּאַלעסטינער רעגירונג, וואָס ווערט געשטיצט פֿון „כאַמאַס‟.

אַ צאָל רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטישע סענאַטאָרן האָבן אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנקייט מיט דעם, וואָס דער פּרעדיזענט באַראַק אָבאַמאַ האָט באַשלאָסן צו קאָאָפּערירן ווײַטער מיט דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע. פֿון דער צווייטער זײַט, הגם ישׂראל האָט זיך אָפּגעזאָגט ממשיך צו זײַן די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט אַבאַסעס נײַער רעגירונג, האָט די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן, למעשׂה, אָנגעהויבן מיטאַרבעטן שטילערהייט אין געוויסע אַספּעקטן מיט די פּאַלעסטינער. למשל, די ישׂראלדיקע זיכערהייט־ און גרענעץ־אינסטאַנצן קאָאָרדינירן זייער טעטיקייט מיט די פּאַלעסטינער.

די באַוויליקייט פֿון אַזאַ קאָאָפּעראַציע האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס ישׂראל וויל נישט דערלאָזן „כאַמאַס‟ צו דער מאַכט אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע. דער מצבֿ וועט זיך בײַטן, אויב דאָס וועט טאַקע געשען נאָך די וואַלן. אַ צאָל אַנאַליטיקער האָבן באַמערקט, אַז די איצטיקע פּאַלעסטינער רעגירונג איז שוין אומסטאַביל און קאָן זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ „נײַעם לבֿנון‟, כּל־זמן זי דערלויבט „כאַמאַס‟ צו באַטייליקן זיך אין די וואַלן.

אייבראַמס האָט געזאָגט, אַז די אויטאָנאָמיע וועט, מעגלעך, נישט דערלאָזן „כאַמאַס‟־קאַנדידאַטן אויף די וואַלן, כּדי נישט קאַליע צו מאַכן דעם שלום־פּראָצעס. ער האָט צוגעגעבן, אַז אַבאַס פּרוּווט, לויט אַלע סימנים, צו פֿאַרשטאַרקן זײַן „פֿאַטאַך‟־פֿראַקציע און צו מאַרגינאַליזירן „כאַמאַס‟, וועלכער האָט פֿאַרלוירן די אַמאָליקע פּאָפּולאַריטעט צווישן די פּאַלעסטינער, ווי מע זעט פֿון די אַנומלטיקע אויספֿרעגן. עס קאָן זײַן, אַז נאָך די וואַלן וועלן אין דער אויטאָנאָמיע נישט פֿאָרקומען קיין ממשותדיקע ענדערונגען לטובֿת דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע. דערווײַל העלפֿט די אַמעריקאַנער שטיצע און קאָאָפּעראַציע צו האַלטן „כאַמאַס‟ ווײַט פֿון דער מאַכט.