ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 16, 2014, issue of July 04, 2014.

די רעגירונג וועט מער נישט זאָגן, אַז דער מערבֿ־ברעג איז „אָקופּירט‟

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט באַדאַנקט די אויסטראַלישע רעגירונג פֿאַר איר באַשלוס מער נישט צו זאָגן, אַז דער מערבֿ־ברעג און מיזרח-ירושלים זײַנען „אָקופּירטע טעריטאָריעס‟. די רעגירונג האָט געמאָלדן וועגן דער ענדערונג די פֿאָריקע וואָך. לאָקאַלע ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס האָבן אויך פֿאַרטיידיקט דעם באַשלוס.

אַנטיסעמיטישער בריטישער בישאָפּ וועט נישט אַרײַנגעלאָזט ווערן אין לאַנד

די אויסטראַלישע רעגירונג האָט באַשלאָסן, אַז דער בריטישער חורבן-לייקענער און אַנטיסעמיט, בישאָפּ ריטשאַרד וויליאַמסאָן, וועט נישט באַקומען די דערלויבעניש צו באַזוכן אויסטראַליע, וווּ ער האָט געוואָלט מאַכן אַ טורנע במשך פֿון די קומענדיקע פּאָר וואָכן. וויליאַמסאָן איז אַ מיטגליד פֿון אַ ווײַט־קאָנסערוואַטיווער גרופּע אין דער קאַטוילישער קירכע, וואָס אָנעדקענט נישט קיין מאָדערנע ענדערונגען אין פּאָליטיק פֿון דער קירכע.

דער געוועזענער פּויפּסט, בענעדיקט, האָט אים פֿאַרווערט אַדורכצופֿירן דעם שליחות פֿון אַ קאַטוילישן בישאָפּ ביז ער וועט נישט אַנערקענען, אַז די נאַציס האָבן אומגעבראַכט זעקס מיליאָן ייִדן בעתן חורבן-אייראָפּע. אַ דײַטשישער געריכט האָט אים פֿאַרמישפּט פֿאַר פּריידיקן שׂנאה צווישן די ראַסן. פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה און די צײַטונג „אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ האָבן זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיטן אימיגראַציע־מיניסטער, ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז וויליאַמסאָן פּלאַנירט צו באַזוכן אויסטראַליע, און האָבן אים דערציילט די פּרטים פֿון וויליאַמסאָנס סטאַטוס אין דער קאַטוילישער קירכע, און פֿאַרוואָס ער איז אַרײַנגעלייגט געוואָרן אין אַזאַ חרם. די רעגירונג האָט דערנאָך באַשלאָסן נישט צו געבן וויליאַמסאָנען קיין וויזע. דאָס פֿאַרזיכערט, אַז ער וועט נישט באַזוכן אויסטראַליע. די צײַטונג און די אויסטראַלישע ייִדישע קהילה האָבן באַדאַנקט די רעגירונג פֿאַר איר באַשלוס.

פֿאַרמישפּטער סעקסועלער באַלעסטיקער פֿון ייִדישע קינדער וועט ניט זיצן אין טורמע

דניאל „גוג‟ היימאַן, וואָס איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אינעם אויסטראַליש געריכט פֿאַר האָבן באַגאַנגען סעקסועלע מיסברויכן קעגן תּלמידים פֿון דער סידנעיער ישיבֿה, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו נײַנצן חדשים טורמע פֿון אַ סידנעיער געריכט. דאָס געריכט האָט דאַן באַשלאָסן, אַז היימאַנס מישפּט וועט אָפּגעלייגט ווערן.

דער ריכטער האָט אויסגעדרוקט די מיינונג, אַז צוליב דעם וואָס היימאַן האָט נישט געהאַט קיין סעקסועלע דערפֿאַרונג איידער ער איז באַגאַנגען די פֿאַרברעכנס צוליב דעם, וואָס ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַן עקסטרעם-פֿרומער סבֿיבֿה, האָט ער אפֿשר נישט פֿאַרשטאַנען וואָס פֿאַר אַ סעקסועלע דערפֿאַרונגען זײַנען דערלויבט און וועלכע זײַנען נישט דערלויבט, איז ער דערפֿאַר געווען זייער נאַיִוו און אומדערוואַקסן. דאָס איז אויך געווען די טענה פֿון היימאַנס אַדוואָקאַט. דער ריכטער האָט געזאָגט, אַז היימאַן וואָלט יאָ געדאַרפֿט זיצן אין טורמע אונטער אַנדערע אומשטענדן, אָדער ווען די פֿאַרברעכנס וואָלטן פֿאָרגעקומען הײַנט און נישט מיט 25 יאָר צוריק. ער האָט געזאָגט, אַז היימאַן איז נישט באַגאַנגען אַזעלכע פֿאַרברעכנס במשך פֿון די פֿאָריקע 25 יאָר.

דער אויסטראַלישער „ועד הרבנים‟ האָט באַגריסט דעם באַשלוס פֿונעם געריכט און האָט גלײַכצײַטיק געלויבט די געליטענע אין דעם פֿאַל פֿאַר זייער מוט בײַם דערציילן דער פּאָליציי וועגן אַלץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט זיי. סידנעיער פּאָליציי פֿאָרשט איצט אויס די פֿראַגע צי היימאַן, וואָס וווינט איצט אין קאַליפֿאָרניע, דאַרף זײַן אויף דער קאַליפֿאָרניער רשימה פֿון די, וועלכע זײַנען באַגאַנגען סעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן קינדער.  

נײַער דענקמאָל אויפֿן נאָמען פֿון סער דזשאָן מאָנאַש ווערט געבויט אין פֿראַנקרײַך

דער אויסטראַלישער פּרעמיער-מיניסטער האָט געמאָלדן בעת זײַן באַזוכן פֿראַנקרײַך, אָפּצומערקן זיבעציק יאָר נאָך דער לאַנדונג פֿון די אַליִיִרטע כּוחות אין נאָרמאַנדיע אין יוני 1944, אַז עס ווערט געבויט אַ נײַער צענטער אין אָנדענק פֿון די אויסטראַלישע סאָלדאַטן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט במשך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער צענטער וועט הייסן אויפֿן נאָמען פֿון אויסטראַליעס ייִדישן גענעראַל, סער דזשאָן מאָנאַש, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט די אויסטראַלישע אַרמייען נאָכן יאָר 1915. דער צענטער געפֿינט זיך לעבן אַן אויסטראַלישן מיליטערישן צווינטער פֿון יענער צײַט.

„לימוד אָז 2014‟ 

העכער 900 יחידים האָבן אָנטיילגענומען אינעם „לימוד אָז 2014‟, וואָס איז ערשט פֿאָרגעקומען אין מעלבורן.

25 ייִדן ווערן אַנערקענט

משה (מײַקל) גאַווענדע
משה (מײַקל) גאַווענדע

25 ייִדן זײַנען אַנערקענט געוואָרן פֿון דער אויסטראַלישער רעגירונג הײַיאָר, לכּבֿוד דעם געבורטסטאָג פֿון דער בריטישער קיניגין. איינער פֿון זיי, משה (מײַקל) גאַווענדע, האָט באַקומען אַן אויסצייכענונג, אַ דאַנק די יאָרצענדליקער, וואָס ער האָט געאַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט און ווי אַ רעדאַקטאָר. ער איז אויך אַ צײַט געווען דער פֿאָרזיצער פֿונעם שולראַט בײַם „שלום־עליכם קאָלעדזש‟, וואָס איז די איינציקע פֿאָלקשול אין אויסטראַליע, וווּ אַלע תּלמידים און תּלמידות לערנען זיך ייִדיש יעדעס יאָר ביז זיי גראַדויִרן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.