מעשׂה וועגן זאָנדערקאָמאַנדאָ ווערט פֿילמירט אין אונגערן

Story About Sonderkommando Being Filmed in Hungary

לאַזלאָ נעמעס
לאַזלאָ נעמעס

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 17, 2014, issue of July 04, 2014.

ווען די מעדיאַ באַשרײַבט די ייִדישע קהילה אין אונגערן די טעג, איז עס כּמעט תּמיד מיט שוואַרצע פֿאַרבן, און ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס. אין אַפּריל האָט די שטאַרק־נאַציאָנאַליסטישע, קסענאָפֿאָבישע „יאָביק־פּאַרטיי‟ געוווּנען מער ווי 20% אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, ווערנדיק דערבײַ די צווייט־גרעסטע פּאַרטיי אין לאַנד.

דערצו האָט אַן אַנקעטע, אַרויסגעלאָזט אין אַפּריל, באַוויזן, אַז אַ דריטל פֿון די נישט־ייִדן אין אונגאַרן גלייבן, אַז אַ ייִדישע קאָנספּיראַציע קאָנטראָלירט דאָס פּאָליטישע און עקאָנאָמישע לעבן אין לאַנד; אַ פֿערטל האַלטן, אַז די ייִדן האָבן צו פֿיל השפּעה, און 15% זאָגן, אַז ס׳וואָלט געווען גוט, ווען די ייִדן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.

אין מײַ האָבן וואַנדאַלן איבערגעקערט און צעבראָכן די קבֿרים אין אַ בית־עולם אין סיקסאָ, מיזרח־אונגערן — אַ ראַיאָן וווּ „יאָביק‟ איז זייער פּאָפּולער.

אָבער די גרעסטע אַנטוישונג פֿאַר די אָרטיקע ייִדן איז, אַז לכּבֿוד דעם 70סטן יאָר זינט די נאַציס האָבן פֿאַרכאַפּט אונגאַרן, האָט די רעגירונג באַשלאָסן צו בויען אַ חורבן־דענקמאָל אין בודאַפּעשט, וואָס שילדערט אונגאַרן ווי אַ קרבן פֿון די נאַציס, אַנשטאָט ווי אַ קאָלאַבאַראַטאָר אין דער פֿאַרטיליקונג פֿון די ייִדן. מער ווי אַ האַלבער מיליאָן אונגערישע ייִדן זענען דעפּאָרטירט און דערהרגעט געוואָרן אינעם חורבן.

נישט געקוקט אויף די צרות פֿאַר ייִדן, האָט אין דער קרוינשטאָט בודאַפּעשט זיך לעצטנס צעבליט דער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. נײַע רעסטאָראַנען און בעקערײַען אינעם ייִדישן קוואַרטאַל גרייטן צו טראַדיציאָנעלע ייִדישע פּאָטראַוועס; יעדן זומער קומט פֿאָר אַ גרויסער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל, וואָס נעמט אַרײַן אַ ביכער־יריד, קינאָ־פֿעסטיוואַל, קונסט־אויסשטעלונגען, און קאָנצערטן פֿון קלעזמער־מוזיק, חזנות און קלאַסישע ווערק פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן. פֿאַראַיאָרן זענען צום פֿעסטיוואַל געקומען צענדליקער טויזנטער מענטשן פֿון גאַנץ אייראָפּע און ישׂראל.

קולטור קען זיך אָבער נישט פֿאַרלאָזן בלויז אויף דער פֿאַרגאַנגענהייט; מע דאַרף אויך שאַפֿן נײַע ווערק. טאַקע דערפֿאַר רופֿט אַרויס אַן אינטערעס אַ נײַער פֿילם־פּראָיעקט פֿונעם אָנגעזעענעם אונגערישן רעזשיסאָר, לאַזלאָ נעמעס, וואָס מע האָט אָנגעהויבן פֿילמירן מיט עטלעכע וואָכן צוריק.

דער פֿילם, וואָס אַ טייל פֿון דעם קומט פֿאָר אויף ייִדיש, דערציילט די מעשׂה פֿון אַ מיטגליד פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ — די גרופּע ייִדישע קאַצעטלער, וואָס די נאַציס האָבן געצוווּנגען צו העלפֿן זיי מיטן פֿאַרגאַזן און פֿאַרברענען די ייִדן. ביז איצט האָט מען געמאַכט ווייניק פֿילמען אויף דער טעמע, ווײַל זי איז צו סענסיטיוו, און מענטשן ווילן גיכער פֿאַרגעסן אין אַ צײַט, ווען מע האָט געשטעלט ייִדן אין אַזוינע אוממאָראַלישע באַדינגונגען.

איין באַקאַנטער פֿילם, וואָס באַהאַנדלט די טעמע איז The Grey Zone, אַן אַמעריקאַנער פֿילם פֿון 2001, וואָס דערציילט די געשיכטע פֿון אַ נישט־געלונגענעם אויפֿשטאַנד מצד אַ גרופּע זאָנדערקאָמאַנדאָס אין אוישוויץ־בירקענאַו אין אָקטאָבער 1944. דער פֿילם איז באַזירט אויפֿן טאָגבוך פֿון ד״ר מיקלאָש נישלי, אַ זאָנדערקאָמאַנדאָ אונטער ד״ר מענגעלע.

דער איצטיקער פֿילם פֿאַרנעמט זיך אָבער נישט מיט היסטאָרישע געשעענישן, נאָר מיט דער פּערזענלעכער איבערלעבונג פֿון איין קאַצעטלער פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ, שאול קאַמינסקי. דער פֿילם, וואָס האָט נאָך נישט קיין נאָמען, רופֿט מען דערווײַל “.S. K” — וואָס רעפּרעזענטירט די ראשי־תּיבֿות סײַ פֿון Sonderkommando, סײַ פֿונעם העלד, Saul Kaminski.

אינעם פֿילם, זעט מען ווי קאַמינסקי העלפֿט אַרויסנעמען די קערפּערס פֿון גאַז־קאַמער, און פּלוצלינג דערקענט ער דעם גוף פֿון זײַן אייגן ייִנגעלע. ער ווערט אַזוי פֿאַרקלעמט פֿון האַרצווייטיק, אַז ער קען נישט אָנגיין מיט דער אַרבעט, און ער נעמט זיך אונטער אַן אוממעגלעך שליחות: צו ראַטעווען דאָס קינד פֿון די פֿלאַמען און געפֿינען אַ רבֿ, וואָס זאָל אים מקבר זײַן.