ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 17, 2014, issue of July 04, 2014.

פֿאַרקריפּלטע געשיכטע רייצט אויף אַנטיסעמיטיזם

נישט קיין סך ייִדן וווינען הײַנט אין פּוילן. די פּוילישע פּרעסע, אָבער, שרײַבט כּסדר וועגן זיי. עוואַ שיעדלעצקאַ, למשל, שרײַבט דעם 12טן יוני אין דער „געזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ וועגן דער אַזוי-גערופֿֿענער „פּוילישער מאַפּע פֿון שׂינאה‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדן פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין אָט דער מאַפּע פֿון שׂינאה.

שיעדלעצקאַ שרײַבט, אַז דער קלאַסישער רעליגיעזער אַנטיסעמיטיזם ווערט אין פּוילן וואָס אַ מאָל שוואַכער. דערפֿאַר אָבער איז דער סעקולערער אַנטיסעמיטיזם געוואָרן שטאַרקער. סע גייט אַ רייד וועגן אַ פֿערטל אינטעליגענטן, וואָס לייענען די אַנטיסעמיטישע פּרעסע און ליטעראַטור, וווּ כּלומרשט די היסטאָריקער דערציילן, אַז נישט די ייִדן זענען געווען די קרבנות פֿון די פּאָליאַקן, נאָר פּונקט פֿאַרקערט, די פּאָליאַקן האָבן, נעבעך, געליטן פֿון די ייִדן. די ייִדן האָבן געדינט אין דער קאָמוניסטישער געהיים־דינסט, און די פּאָליאַקן האָבן געהאַט פֿון זיי געהאַקטע צרות, — שרײַבן די אַנטיסעמיטישע צײַטונגען טאָג אײַן, טאָג אויס.

די ייִדן ווערן באַשולדיקט נישט נאָר פֿון די אַנטי-קאָמוניסטן, נאָר אויך פֿון די קאָמוניסטן און די פּאָסט-קאָמוניסטן, זייערע יורשים. די לינקע זשורנאַליסטן העצן כּסדר קעגן ישׂראל בכלל און די ייִדן בפֿרט.  דער פּוילישער אַנטיסעמיטיזם, הייסט עס, האָט אַ גרויסע צוקונפֿט, ווײַל ווי מיר זעען, ער מאָדערניזירט און באַנײַט זיך כּסדר. יונגע אַנטיסעמיטן, למשל, דאַרפֿן נישט מער גיין אין די קירכן. זיי שעפּן שׂינאה פֿון דער אינטערנעץ בײַ זיך אין שטוב.  

צערעמאָניע פֿון צוטיילן „חסידי־אומות־העולם‟

דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר, צבֿי רב-נר (לינקס), טיילט צו אין נאָמען פֿון „יד-ושם‟ מעדאַלן די קרובֿים פֿון צוויי מאָנאַשקעס און דרײַ גלחים
Klara Jackl
דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר, צבֿי רב-נר (לינקס), טיילט צו אין נאָמען פֿון „יד-ושם‟ מעדאַלן די קרובֿים פֿון צוויי מאָנאַשקעס און דרײַ גלחים

דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר, צבֿי רב-נר, האָט צעטיילט אין נאָמען פֿון „יד-ושם‟ מעדאַלן די קרובֿים פֿון צוויי מאָנאַשקעס און דרײַ גלחים, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. כּמעט 26 טויזנט מענטשן זענען אָנערקענט געוואָרן פֿון „יד ושם‟ ווי „חסידי־אומות־העולם‟; מער ווי זעקס טויזנט פֿון זיי זענען פּאָליאַקן. 160 פּוילישע גלחים האָבן באַצאָלט מיטן לעבן פֿאַרן באַהאַלטן ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

נאָך דער צערעמאָניע האָט דער פּראָגרעסיווער גלח וואָטשעק לעמאַנסקי פֿאַרבעטן דעם עולם, איבערצוחזרן די תּפֿילה פֿונעם פּוילישן פּויפּסט יאַן פּאַוועל דער צווייטער. דעם 11טן יוני, מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, אויפֿן אומשלאַגפּלאַץ, האָט דער פּויפּסט געבעטן: „גאָט פֿון אַבֿרהם, גאָט פֿון די אָבֿות, גאָט פֿון יעזוסן, הער אונדזער תּפֿילה פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק‟. 

סע וואָלט געווען מסתּמא מער דיפּלאָמאַטיש צו בעטן גאָט אַליין, אָן קיין שום צוגאָבן, אָבער מילא. די דײַטשן האָבן געשיקט 300,000 וואַרשעווער ייִדן פֿונעם אומשלאַגפּלאַץ אין די גאַז־קאַמערן פֿון טרעבלינקע.

אַן אַקטיאָר האָט געלייענט דאָס ליד פֿון ווילסאַוואַ שימבאָרסקאַ — „נאָך‟. אָט זענען אַ פּאָר שורות פֿון שימבאָרסקאַס טעקטס, איבערגעזעצט אויף ייִדיש:

„אין פֿאַרמאַכטע וואַגאָנען פֿאָרן ייִדישע נעמען
וווּאַהין און ווי ווײַט,  דאַרף מען פֿרעגן.
איך ווייס נישט בײַ וועמען.
דער נאָמען יצחק זינגט, ער איז שוין אַראָפּ פֿון זינען.
דער נאָמען נתן שלאָגט די ווענט מיטן פֿויסט,
דער נאָמען שׂרה בעט תּחנונימדיק פֿאַר אַ טראָפּן וואַסער
פֿאַרן נאָמען אַהרן, וואָס איז פֿון דורשט שוין טויט.   

געשטאָרבן מיטאַרבעטער פֿון מײַדאַנעק־מוזיי אין לובלין

 דער פּוילישער היסטאָריקער, ראָבערט קוּוואַלעק, איז געשטאָרבן דעם פֿינפֿטן יוני אין עלטער פֿון 47 יאָר. קוּוואַלעק האָט געאַרבעט אינעם מלוכישן מײַדאַנעק־מוזיי אין לובלין. ער האָט זיך פֿאַרנומען מיט דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין דער לובלינער געגנט, פֿון אָנהייב ביזן חורבן. צווישן זײַנע ביכער: LUBLIN – JEROZOLIMA KROLESTWA POLSKIEGO

„לובלין — ירושלים פֿון דער פּוילישער מלוכה‟. ער האָט אויך אָנגעשריבן דאָס איינציקע בוך וועגן דעם טויט-לאַגער בעלזשעץ.   די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.