דאָס נײַע ייִדישלאַנד: 5 מאָל ווין (המשך)

The New Yiddishland: Five Times Vienna (Part 2)

ווין: דער מחבר בײַ דער מצבֿה פֿון זײַן ברודער בנימין
ווין: דער מחבר בײַ דער מצבֿה פֿון זײַן ברודער בנימין

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published June 18, 2014, issue of July 04, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דעם צווייטן טאָג זענען מיר זאַלבע דריט — איך, יאַנינאַ וווּרבס און מײַן שוועסטערקינד אַרטור — געפֿאָרן אויפֿן ווינער הייליקן אָרט. ווען מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן באַזוכט ווין אין 1992 האָבן זיי אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן און באַצאָלט צו שטעלן אַ מצבֿה אויף זייער יונג־פֿאַרשטאָרבענעם זונדל, בנימין, וועלכער איז אַוועק פֿון דער וועלט אין 1948. די אויפֿגעשטעלטע מצבֿה האָבן זיי קיין מאָל נישט געזען, וואָלט איך געווען דער ערשטער אין דער משפּחה צו זען מײַן ברודערס קבֿר. ווען מיר האָבן אים, סוף־כּל־סוף, געפֿונען — סאַראַ אומעטיק בילד! דער שטיין איז געווען פֿאַרוואַקסן מיט געוויקסן; מע האָט אַפֿילו קיין פּיצל פֿון דער מצבֿה נישט געקענט אַרויסזען. האָבן מיר עטלעכע מינוט באַדאַרפֿט אָפּצורייניקן זי פֿון בלעטער, ביז מע האָט עפּעס געקענט איבערלייענען.

ווי טראַגיש עס זעט אויס, אַז אַפֿילו אינעם ווינער בית־עולם, מיט אַן אַקטיווער, נישט־אָרעמער קהילה, האַלט מען נישט קיין אויג אויפֿן מצבֿ פֿון די קבֿרים (אַנדערע זענען געווען איבערגעקערט.) איך בין געווען צוגעוווינט אַזוינס צו זען אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע בית־עלמינס, אָבער נישט אין מערבֿ־אייראָפּע. און ווי טרויעריק, וואָס ס’איז שוין קיינער נישט געבליבן, ווער ס’זאָל קומען אויף קבֿר־אָבֿות צו מײַן ברודער בנימין אין אַ פֿאַרלאָזטן ווינקל אינעם ווינער בית־עולם. נישט געהאַט קיין מזל, נעבעך.

זינגערײַ: מאַנועלאַ בעקער (רעכטס) און אַסיע פֿרומאַן
זינגערײַ: מאַנועלאַ בעקער (רעכטס) און אַסיע פֿרומאַן

צוריק צו די לעבעדיקע — צווישן די אמתע מבֿינים פֿון ייִדיש אין ווין איז טאָמאַס סאָקסבערגער; אַ ייִדישער שרײַבער און כּלל־טוער לטובֿת מאַמע־לשון אין דער שטאָט. מיט אים האָב איך געטרונקען אַ קאַווע און געהערט וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דער שטאָט. דער באַריכט איז נישט געווען קיין גוטער, כאָטש דער פּאָטענציאַל פֿאַר ייִדיש איז דאָ אַ גרויסער. די געשיכטע פֿון ייִדיש אין ווין ציט זיך שוין לאַנג, און אַוודאי, וואָלט געדאַרפֿט זײַן אַ קאַטעדרע אינעם ווינער אוניווערסיטעט. בײַ מײַן לעקציע וועגן ייִדישע פֿאָלקסלידער האָט דער פֿאָרזיצער פֿון ייִדישע שטודיעס אינעם ווינער אוניווערסיטעט, פּראָפֿ’ גערהאַרד לאַנגער, געזאָגט אין זײַנע אַרײַנפֿיר־ווערטער, אַז עס וואָלט טאַקע געדאַרפֿט זײַן אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר און געבעטן הילף צו זאַמלען געלט.

ס’איז טשיקאַווע, וואָס אויף צוויי לעקציעס מײַנע האָט מען געפֿרעגט, צי מען קאָמפּאַנירט נאָך הײַנט ייִדישע לידער, און אין ביידע פֿאַלן — סײַ אין אַמסטערדאַם און סײַ אין ווין — זענען געזעסן צווישן דעם עולם קאָמפּאָזיטאָרן פֿון נײַע ייִדישע לידער, אויף וועלכע איך האָב געקענט אָנווײַזן און ענטפֿערן — „יאָ, דאָ אין זאַל קען מען זיי געפֿינען, און איר קענט זיך באַקענען מיט זיי‟. אין אַמסטערדאַם איז דאָס געווען שורה ליפּאָווסקי, וועלכע האָט ערשט אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל אַליין־געשאַפֿענע לידער, און אין ווין זענען געזעסן בענדזשי פֿאָקס־ראָזען און האַנס ברויער, אויך קאָמפּאָזיטאָרן פֿון נײַע ייִדישע לידער.

אין דער פֿרי נאָך דער לעקציע, האָב איך זיך געזעגנט מיט ווין, די שטאָט פֿון פֿרייד און טרויער, און געפֿאָרן ווײַטער.