אַ טאָכטערס ליבע פֿאַרן טאַטן — און פֿוסבאָל

A Daughter's Love for Dad – and Soccer

דזשיל קלײַנס טאַטע (צווייטער פֿון לינקס) מיט די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט אין אַ „די־פּי‟־לאַגער אין עסטרײַך, 1946
Courtesy of Jill Klein
דזשיל קלײַנס טאַטע (צווייטער פֿון לינקס) מיט די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט אין אַ „די־פּי‟־לאַגער אין עסטרײַך, 1946

פֿון דזשיל קלײַן (Forward)

Published June 18, 2014, issue of July 04, 2014.

במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר וואָכן וועלן מײַן טאַטע און איך קוקן יעדן מאַטש, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט שפּילן אינעם „וועלט־בעכער‟. כאָטש מײַן טאַטע וווינט אין פֿלאָרידע, און איך — אין אויסטראַליע, וועט זיך אונדז דאַכטן, אַז מיר זיצן אויף דער זעלבער סאָפֿע, אַ דאַנק דער הײַנטיקער ווידעאָ־טעכנאָלאָגיע.

מײַן טאַטנס ליבשאַפֿט צו פֿוסבאָל ציט זיך שוין מער ווי 80 יאָר. אָנהייבנדיק פֿון פֿינף יאָר, איז ער יעדן זונטיק געפֿאָרן מיט זײַן טאַטן אויפֿן וועלאָסיפּעד צום פֿוסבאָל־סטאַדיאָן בײַ דער גרענעץ פֿון זייער שטעטל אין טשעכאָסלאָוואַקײַ.

יעדן טאָג נאָך די קלאַסן האָט מײַן טאַטע אַליין געשפּילט פֿוסבאָל, און ווי אַ דערוואַקסלינג, האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער אָרטיקער ייִדישער יוגנט־מאַנשאַפֿט. זײַן טאַטע, הערמאַן, פֿלעג זיך צוקוקן ווי מײַן טאַטע — דער נידעריקסטער אין דער מאַנשאַפֿט — האָט געניט געהיט דעם פֿוסבאָל־טויער. הערמאַן האָט אָנגעקוועלט פֿאַר נחת.

איך האָב אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם טאַטן, אַראָפּגענומען פּונקט פֿאַר אַ מאַטש אין 1946. ער שטייט צווישן די שפּילער, אין אַן עסטרײַכישן „די־פּי‟־לאַגער. הערמאַן האָט שוין מער נישט געקאָנט מהנה זײַן פֿון זײַן זון. מיט צוויי יאָר פֿריִער, בעת דער סעלעקציע אין אוישוויץ, האָט מען אים אַוועקגעשיקט אין דער לינקער ריי, און מײַן טאַטן — צו דער רעכטער. אויפֿן מאָמענט האָבן זיי געגלייבט די וועכטער, וועלכע האָבן פֿאַרזיכערט די אַרעסטאַנטן, אַז זיי וועלן זיך ווידער זען אין אָוונט, און דערפֿאַר האָבן טאַטע און זון זיך נישט געזעגנט. מײַן טאַטן האָט מען געשיקט אין אַן אַרבעט־לאַגער, און הערמאַן —אומגעבראַכט אין גאַז־קאַמער.

פֿון קליינערהייט אָן, האָט מײַן טאַטע פֿאַרפֿלאַנצט אין מיר אַ ליבשאַפֿט פֿאַר פֿוסבאָל. צו 17 יאָר בין איך געווען דאָס איינציקע מיידל אין דער ייִנגל־מאַנשאַפֿט אין מיאַמי. ווי דער טאַטע, בין איך געווען די נידעריקסטע אין דער מאַנשאַפֿט, און ווי ער, האָב איך געוואָלט זײַן אַ גאָלהיטער.

הײַנט איז מײַן טאָכטער אַליין אַ גאָלהיטער — און יאָ, אויך זי איז די נידעריקסטע אין דער מאַנשאַפֿט.

איך בין דאַנקבאַר מײַן טאַטן, וואָס ער האָט דערוועקט אין אונדז אַזאַ ליבשאַפֿט צו פֿוסבאָל, ווי אויך פֿאַר זײַן קוראַזש און געפֿינען כּוח בײַם אָנהייבן אַ נײַ לעבן נאָכן לײַדן אַזוי פֿיל. מיט 70 יאָר צוריק איז מײַן טאַטע געווען אַ קאַצעטלער אין אַ שקלאַפֿן־לאַגער, געמוזט טראָגן לאַנגע מעטאַלענע רעלסן אויף דער פּלייצע — אַ שווערער עול, וואָס האָט צעבלוטיקט זײַנע אויסגעדאַרטע אַקסלען. צום סוף פֿון יעדן שווערן טאָג, האָט ער צוריקמאַרשירט מיט די אַנדערע אין לאַגער, וווּ מע האָט זיי געגעבן אַ שיסל פֿאַרוואַסערטע זופּ.

אוי, וואָלט איך געוואָלט אים דעמאָלט באַגלייטן אויף יענעם לאַנגן מאַרש! כ׳וואָלט מאַרשירט גלײַך הינטער אים און אים אַרײַנגעשעפּשעט אין אויער: „זאָרג זיך נישט… דײַן אייניקל וועט אויך ווערן אַ גאָלהיטער ווי דו, און זי וועט זיך אויסצייכענען דערבײַ!‟