ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published June 18, 2014, issue of July 04, 2014.

צוויי ספֿר־תּורות פֿאַר קליינע קהילות

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָבן צוויי שילן אין רוסלאַנד באַקומען נײַע ספֿר־תּורות. די ערשטע ספֿר־תּורה האָט געשענקט אַ ייִדישער געשעפֿטסמאַן יוסף באָטעראַשווילי דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט איוואַנאָוואָ. מע האָט פֿאַרענדיקט שרײַבן די ספֿר־תּורה און זי אַדורכגעטראָגן דורך דער גאַנצער שטאָט אונטער דער חופּה. ס’איז געווען אַ שׂימחה, מע האָט געטאַנצט, געזונגען אונטער די קלאַנגען פֿון אַ קליינעם אָרקעסטער.

די צווייטע ספֿר־תּורה האָט געפֿונען איר אָרט אין דער קליינער קהילה פֿונעם דאָרף וויסאָקאָיע, וואָראָנעזשער געגנט, וווּ עס וווינען שוין לאַנג די סובאָטניקעס — רוסישע פּויערים, וואָס האַלטן זיך פֿאַר ייִדן, פּראַווען שבת און ייִדישע יום־טובֿים, האַלטן כּשרות און טוען מיצוות. זייער קהילה איז שוין לאַנג געשטיצט פֿונעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס, און עס העלפֿט זיי אַרויס דער ייִדישער קולטור־טוער, געלערנטער און פּאָעט וועלוול טשערנין. ער האָט זיך דערשלאָגן, אַז מדינת־ישׂראל זאָל אָננעמען די סובאָטניקעס ווי ייִדן, נאָך אַ פֿאַרלײַכטערטער פּראָצעדור פֿון זיך מגייר זײַן. די תּושבֿים פֿון אַ נאָענטן דאָרף, אילייִנקאַ, האָבן שוין עולה געווען קיין ישׂראל, און אין וויסאָקאָיע בלײַבן נאָך 700 סובאָטניקעס, וואָס איז מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער גאַנצער וויסאָקער באַפֿעלקערונג מיט 1,200 נפֿשות. זיי האָבן שוין לאַנג אַ שיל, אַ קהילה־צענטער, אַ ייִדישע זונטיק־שול פֿאַר קינדער, און איצט האָבן זיי באַקומען אַ ספֿר־תּורה.

אַן אויסשטעלונג לכּבֿוד ביראָבידזשאַן

פֿון רעכטס: דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד — אַדאָלף שאַיעוויטש, היסטאָריקער יעפֿים אוליצקי און ביבליאָטעקאַר אַלעקסאַנדער סאַמאַרין
פֿון רעכטס: דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד — אַדאָלף שאַיעוויטש, היסטאָריקער יעפֿים אוליצקי און ביבליאָטעקאַר אַלעקסאַנדער סאַמאַרין

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען ווידער גערעדט וועגן דעם ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט, ווײַל דווקא אין די טעג פּראַוועט מען 80 יאָר זינט דעם גרינדן די ייִדישע אויטאָנאָמער געגנט. לכּבֿוד דער דאַטע האָט די רוסלענדישע מלוכישע ביבליאָטעק צוגעגרייט אַן אויסשטעלונג, געווידמעט דער געגנט און דער שטאָט. דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער עקספּאָזיציע, דער קאַנט־פֿאָרשער און היסטאָריקער יעפֿים אוליצקי, האָט אויסגעשטעלט, קודם־כּל, דאָקומענטן פֿון זײַן פּערזענלעכן אַרכיוו.

צו דער עפֿענונג־צערעמאָניע זענען געקומען דער גובערנאַטאָר פֿון דער געגנט, אַלכּסנדר וויניקאָוו, און דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד — אַדאָלף שאַיעוויטש, וואָס קען ביראָבידזשאַן פֿון זײַן פּערזענלעכער דערפֿאַרונג — דאָרטן האָט ער פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן. עס ווערן אויסגעשטעלט כּלערליי דאָקומענטן, אויסצוגן פֿון זכרונות און פּרעסע, וואָס שפּיגלען אָפּ די געשיכטע פֿון דעם פּראָיעקט און דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אין ביראָבידזשאַן.

אין ביראָבידזשאַן גופֿא איז אַרויס אַ יוביליי־פֿאָטאָ־אַלבאָם „ענערגיע פֿון שאַפֿן‟, וואָס דערציילט וועגן דער ווירטשאַפֿט פֿון דער געגנט: כּלערליי פֿאַבריקן און קאָמבינאַטן, קאָלווירטן, ייִדישע גאָרקיכן און רעסטאָראַנען אאַז״וו. די אויסגאַבע זעט אויס זייער סאָוועטיש, אָבער ביראָבידזשאַן איז דאָך געווען אַ סאָוועטישער פּראָיעקט!

אַ טייל פֿון אַ קלויסטער אין נײַעם ירושלים
אַ טייל פֿון אַ קלויסטער אין נײַעם ירושלים

ירושלים אונטער מאָסקווע

אַנדערע ידיעות פֿונעם ייִדישן קולטור־לעבן: דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אָרגאַניזירט פֿאַר זײַנע צוהערער אַ רײַזע. לאָמיך דערמאָנען, אַז דער פּראָיעקט גרייט זיך צו צום פֿעסטיוואַל פֿונעם „פּאַמעלעכן לייענען‟, וואָס וועט פֿאָרקומען אין ירושלים אין צען טעג אַרום. אין די ראַמען פֿון די צוגרייטונגען האָט „אשכּולות‟ דורכגעפֿירט אַ רײַזע אין נײַעם ירושלים — אַ מאָנאַסטיר לעבן מאָסקווע. דעם מאָנאַסטיר האָט געבויט די באַרימטע פּערזענלעכקייט אין דער רוסישער געשיכטע, דער פּאַטריאַרך ניקאָן. ער האָט געוואָלט שאַפֿן לעבן מאָסקווע אַ פֿאַרקלענערטע קאָפּיע פֿון דעם הייליקן לאַנד — מיט ירושלים און מיט אַלע פּראָוואָסלאַוונע הייליקע ערטער. מע האָט געפֿונען אַן אָרט וואָס זײַן לאַנדשאַפֿט איז ענלעך צו ארץ־ישראל: מיט בערג, טאָלן און טײַכן. אַלע נעמען פֿון ערטער זענען גענומען פֿון עוואַנגעליע: געניסאַרעטער ים, גליל, הר־הזית, ציון און אַזוי ווײַטער.

מע האָט דאָרטן דורכגעפֿירט אַן עקסקורסיע און אויסגעהערט צוויי רעפֿעראַטן — וועגן דער געשיכטע פֿון דעם אָרט און וועגן דער סאַקראַלער געאָגראַפֿיע אין דער רוסישער קולטור. מע האָט געזונגען רוסישע „גײַסטלעכע לידער‟ — אַ זשאַנער פֿון סאַקראַלער פּאָעזיע — וועגן ירושלים, און סתּם שפּאַצירט איבער ארץ־ישׂראל, וואָס געפֿינט זיך לעבן מאָסקווע.

טרעפֿונגען מיט ישׂראל־געשעפֿטסלײַט

אין מאָסקווע גופֿא האָט מען לעצטנס אָרגאַניזירט באַגעגענישן מיט די ישׂראלדיקע געשעפֿטסלײַט און טשינאָווניקעס. נעכטן, דעם 16טן יוני, האָט דער ישׂראלדיקער קולטור־צענטער (בײַ דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע) פֿאַרבעטן דעם עולם אויף אַ באַגעגעניש מיט לענאַ לאַגוטינאַ — אַ ישׂראלדיקע זשורנאַליסטקע, וואָס אַרבעט שוין לאַנג אויפֿן ישׂראלדיקן רוסיש־שפּראַכיקן טעלעוויזיע־„9טן קאַנאַל‟.

זי האָט דערציילט וועגן איר אַרבעט און וועגן דער פּרעסע אין ישׂראל — די דאָזיקע טעמע אינטערעסירט זייער דעם רוסישן עולם צוליב דער פּאָליטישער לאַגע אין רוסלאַנד, וווּ מע צענזורירט טעלעוויזיע און צו מאָל ווערן פֿאַרמאַכט נײַעס־זײַטלעך אויף דער אינטערנעץ. למשל, די מעשׂה אַרום זײַטל „לענטאַ.רו‟, וואָס מע האָט פֿאַרמאַכט אַנומלט און וואָס דער גרינדער פֿונעם זײַטל, דער באַקאַנטער זשורנאַליסט און בלאָגער אַנטאָן נאָסיק וויל ווידער אויפֿלעבן — איז געוואָרן די הויפּט־טעמע, וואָס מע האָט דיסקוטירט אין די רוסישע סאָציאַלע נעצן.

די טעג אינעם האָטעל „מעטראָפּאָל‟ אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט דעם רוסישן טוריזם אין ישׂראל. עס האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן די פֿאָרשטייערין פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין רוסלאַנד — נטע בריסקין־פּלג און די הויפּטן פֿון האָטעלן־אַסאָציאַציעס פֿון תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים — עלי זיו און אַריה זאָמער.

די טרעפֿונג איז געווען פֿאַר אַן ענגן קרײַז — „מעטראָפּאָל‟ איז דאָך איינער פֿון די פּרעסטיזשפֿולסטע און טײַערסטע האָטעלן אין מאָסקווע. פֿונדעסטוועגן, איז די דאָזיקע טעמע אויך פּאָפּולער אין רוסלאַנד. פֿאַר די 6 יאָר, זינט מע האָט אָפּגעשאַפֿן די וויזעס צווישן די צוויי לענדער, האָבן ישׂראל באַזוכט הונדערטער טויזנטער רוסישע טוריסטן. זיך אָפּרוען אין ישׂראל איז ניט ביליק, אָבער ישׂראל איז גענוג נאָענט עקזאָטיש און גלײַכצײַטיק גענוג באַקאַנט, דאָס לאַנד איז באַקוועם פֿאַר טוריסטן בכלל און רוסישע טוריסטן בפֿרט, ווײַל אַ סך מענטשן דאָרט רעדן רוסיש.