די נײַע איסלאַמישע מדינה — וואָס ווײַטער?

The New Islamic State – What's Next?

איראַקער משפּחות קומען אָן צום זיכערהייט־קאָנטראָל־פּונקט לעבן אַ צײַטווײַליקן פּליטים־לאַגער אין קאַלאַק, אַיראַק
Getty Images
איראַקער משפּחות קומען אָן צום זיכערהייט־קאָנטראָל־פּונקט לעבן אַ צײַטווײַליקן פּליטים־לאַגער אין קאַלאַק, אַיראַק

פֿון שבֿע כּהן

Published June 19, 2014, issue of July 04, 2014.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די אָרגאַניזאַציע „איסלאַמישע מדינה פֿון איראַק און דעם לעוואַנט‟ (ISIS) אײַנגענומען אַ גרויסן שטח אינעם סאַמע האַרץ פֿון מיטל-מיזרח. זינט די תּנ”כישע צײַטן ביזן אָהנייב פֿון די דיקטאַטורן האָבן סיריע און איראַק זיך געפֿונען אינעם צענטראַלן ראַיאָן, פֿונעם עקאָנאָמישן, קולטורעלן און רעליגיעזן שטאַנדפּונקט. דעריבער, דאַכט זיך, אַז ISIS וועט טאַקע מצליח זײַן צו גרינדן דאָרט אַן איסלאַמישע מדינה, וואָס קען ווערן דער יסוד פֿאַר אַ נײַעם כאַליפֿאַט. וואָס איז דער באַטײַט פֿון אַזאַ איסלאַמישער מדינה, און וואָס קאָן געשען ווײַטער?

די „איסלאַמישע מדינה פֿון איראַק און דעם לעוואַנט‟ איז אַן אָפּצווײַג פֿון „אַל-קײַדאַ‟. די צענטראַלע אָרגאַניזאַציע פֿון „אַל-קײַדאַ‟ איז געוואָרן כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשוואַכט צוליב אַמעריקעס מלחמה קעגן טעראָר. צוליב דעם זײַנען די אָפּצווײַגן געוואָרן וויכטיקער אינעם קאַמף איבערצוקערן די הײַנטיקע אָרדענונג, און ביסלעכווײַז צו גרינדן אַ נײַע מדינה אינעם נוסח פֿונעם אַלטן כאַליפֿאַט. די איסלאַמישע מדינה איז געוואָרן מעכטיק צוליב אירע נצחונות אין דער מלחמה אין סיריע, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זי קעמפֿט קעגן אַנדערע אָפּצווײַגן פֿון „אַל-קײַדאַ‟, ווי דער „נוסראַ פֿראָנט‟, למשל. זי איז אויך אַקטיוו אין איראַק.

די איסלאַמישע וועלט איז שאָקירט געוואָרן פֿון איר הצלחה אין מיזרח־סיריע און אין איראַק. עס איז געוואָרן קלאָר, אַז די אַרמייען פֿון די צוויי מדינות זײַנען נישט גענוג שטאַרק אָפּצוהיטן דאָס אייגענע לאַנד. דער שאָק האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי ISIS האָט זיך אַרײַנגעריסן אין מאָסול, די הויפּט-שטאָט פֿון נינווה-גובערניע, וואָס שטייט טאַקע אַנטקעגן די חורבֿות פֿון דער היסטאָרישער שטאָט. עס איז וויכטיק אויך צו געדענקען, אַז סיריע און איראַק זײַנען געווען אַמאָל די צענטערס פֿון איסלאַם. די אומײַאַדן האָבן געהערשט אין דמשׂק, און זייערע נאָכפֿאָלגער, די אַבאַסידן — אין סיריע און איראַק. די איסלאַמישע מדינה האָט, אייגנטלעך, אײַנגענומען שוין צוויי אַמאָליקע אַבאַסידישע הויפּט-שטעט: אַר-ראַקאַ און סאַמאַראַ, און זי סטראַשעט איצט דער דריטער און דער וויכקטיקסטער שטאָט — באַגדאַד.

אויסער דעם, איז אַ שרעק, וואַס ס׳קאָן געשען נישט נאָר מיט די קריסטן — זייער גורל אונטער דער „מדינה‟ איז, ליידער, שוין פֿאַראורטיילט געוואָרן — נאָר אויך מיט די שיִיִטן אויף דער טערעטאָריע, וואָס איז אײַנגענומען געוואָרן. די „איסלאַמישע מדינה‟ האָט שוין פֿאַרכאַפּט סאַמאַראַ, אַ וויכטיקע שטאָט פֿאַר די שיִיִטן. אויב עס צו פֿאַרגלײַכן מיט די ייִדישע שטעט, איז זי פֿונעם זעלבן שניט וואָס טבֿריה. די שיִיִטישע רעליגיעזע פֿירער האָבן גערופֿן די יוגנט צו גיין קעמפֿן קעגן ISIS, און דער פּרעזידענט נורי אַל-מאַליקי האָט געלויבט די קעמפֿער פֿאַר זייער דרייסטקייט. איראַן האָט געשיקט די „אַל־קודס‟ בריגאַדע קיין איראַק אָפּצוהיטן די הייליקע שטעט (נאַדזשאַף און קאַרבאַלאַ געפֿינען זיך נישט ווײַט דרום-צו פֿון באַגדאַד).

און דאָך, נישט געקוקט אויף איר גרויסער הצלחה, וועט די „איסלאַמישע מדינה פֿון איראַק און דעם לעוואַנט‟ נישט קענען טאַקע שאַפֿן אַ „מדינה‟. קודם-כּל, וועט קיין שום לאַנד נישט שטיצן אַזאַ מדינה. אַמעריקע, איראַן און סאַודיע זײַנען אַלע בלוט-שׂונאים פֿון „אַל-קײַדאַ‟, און פֿון די סאַלאַפֿיסטן בכלל. דאָס הייסט, אַז די איסלאַמישע מדינה וועט זיך גלײַך געפֿינען אין אַ טיפֿן אינטערנאַציאָנאַלן חרם. עס איז אמת, אַז אַ סך אַמעריקאַנער געווער געפֿינט זיך איצט אין די הענט פֿון דער איסלאַמישער מדינה. פֿון דעסטוועגן, האָבן די קעמפֿער נישט גענוג דערפֿאַרונג עס צו נוצן. דאָס וואָס מען גנבֿעט צו אַן F-16, מיינט נאָך נישט, אַז מען איז מסוגל אויף אים צו פֿליִען.

די איסלאַמישע מדינה האָט אויך נישט ווי צו וואַקסן פֿיזיש. די סירישע און איראַקישע אַרמייען זײַנען אָפּגעשוואַכט. צו קעמפֿן קעגן זיי איז נישט קיין גרויסע חכמה. ISIS וואָלט אָבער זיכער נישט געקענט מצליח זײַן אין אַ מלחמה קעגן איראַן. אויך קעגן די קורדן אין איראַק האָבן זיי נישט אַרויסגעוויזן קיין אינטערעס צו קעמפֿן. אין דרום האָט מען די מדינות פֿון גאָלף, וואָס האָבן פֿאַרבראַכט די פֿאַרגאַנגענע יאָרן אינעם בויען זייער מיליטער קעגן איראַן. אויף מערבֿ האָט מען „כעזבאָלאַס‟ לבֿנון, און אויך יאָרדאַניע, וואָס האָט צווישן די שטאַרקסטע און געטרײַסטע אַרמייען און אינטעלעקטועלע כּוחות אינעם גאַנצן מיטל-מיזרח.

בלײַבט די איינציקע פֿראַגע: ווי וועט מען קענען גובֿר זײַן די „איסלאַמישע מדינה‟, וווּ זי געפֿינט זיך איצט? לויט די כּוחות, וואָס האָבן זיך שוין פֿאַרזאַמלט אין און אַרום איראַק, וועט נישט זײַן קיין פּראָבלעם אַרײַנצוטרײַבן די „איסלאַמישע מדינה‟ צוריק קיין סיריע. ווי אַזוי די פּאַסירונג וועט ווירקן אויף דער מלחמה אין סיריע, איז נאָך דערווײַל אוממעגלעך צו וויסן.