אַ מעשׂה מיט אַ תּמעװאַטער קו

A Story About a Foolish Cow

Chana Pollack

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published June 19, 2014, issue of July 04, 2014.

גאָט איז אַן עדות, אַז װײניקער פֿון אַלץ האָט זיך מיר געװאָלט צו פּאָרען זיך אינעם שמוציקן װעש, באַזונדערס, װען דאָס װעש איז ניט מײַנס. אָבער, אָט, מיט אַ שטיקל צײַט צוריק האָב איך זיך צופֿעליק געטראָפֿן מיט דער באַקאַנטער ייִדי­שער קולטור־טוערין שורה טור­קאָװ און יענע האָט מיך באַפֿאַלן מיט טענות: „פֿאַר װאָס שרײַבסטו ניט װעגן יענעם ‘מיאוסן שפּיל’? עס איז דאָך ניט דײַן פּריװאַטער עסק. די מענטשן דאַרפֿן װיסן, װאָס ס’טוט זיך אױף דער ייִדישער גאַס. ביסטו דאָך אַ שטיקל זשורנאַליסט צי װאָס?…‟

כ’װעל זאָגן דעם אמת, שורה טורקאָװס אױפֿרוף צו אַנטפּלעקן די פּרטים פֿון „יענעם מיאוסן שפּיל‟, האָט מיך ניט איבערצײַגט, און כ’בין געבליבן בײַ מײַן פֿעסטער מײנונג ניט צו שרײַבן װעגן שמוציקע זאַכן. אָט, האָב איך געטענהט צו זיך אַלײן, עס זיצן דאָך הונדערטער שׂונאי־ישׂראל און װאַרטן אױף עפּעס אַ נײַער „געפּרעגלטע ייִדישע מעשׂה‟. אָבער די צענדליקער בליצבריװ, טע­לע­פֿאָנישע געשפּרעכן און אַפֿילו גע­דרוקטע אַרטיקלען, אין װעלכע ס׳װערט דערמאָנט מײַן נאָמען אין שײַכות מיט „יענעם מיאוסן שפּיל‟, האָבן געביטן מײַן מײנונג און פֿאָ­דערן פֿון מיר צו מאַכן אַ סוף סײַ צו די „אַרומפֿליִענדיקע שמועסן‟ און סײַ צו די גראָבע שקרים.

איר װײסט דאָך, אַז אַ זשמענקעלע פֿאַקטן קען קאַליע מאַכן די סאַמע שענסטע רכילותן. און די הױפּט־סיבה פֿון דעם, וואָס כ’האָב געביטן מײַן מײנונג איז, אַז מײַן אָפֿיציעל אָרט אין דער ייִדישװעלט, דהײַנו, אַ באַשטעלטער קאָלומניסט פֿון דער צײַטונג „פֿאָרװערטס‟, צװינגט פֿון מיר צו באַציִען זיך צו די הילכיקע גע­זעלשאַפֿטלעך־פּאָליטישע ענינים, װי אױך צו יענעם מיאוסן אױפֿטו. און דער פֿאַקט איז, אַז מיט אַ חודש צוריק האָבן צװײ באַװאָפֿנטע װעכ­טער ניט אַרײַנגעלאָזט מיך אין „לײװיק־הױז‟ זיך צו באַטייליקן אין אַן עפֿנט­לעכער אונטערנעמונג פֿונעם פֿאַר­אײן פֿון ייִדישע שרײַבער און זשור­נאַליסטן אין ישׂראל.

עס איז שװער איבערצוגעבן מײַן שׂימחה, װען מיט דרײַסיק יאָר צוריק, אין מיטן אַ שײנעם טאָג האָט מיר אָנגעקלונגען יחיאל שרײַבמאַן, אונדז צו לאַנגע יאָרן, און מיך באַגריסט: „עס קומט דיר אַ מזל־טובֿ, דו ביסט אַן אמתער ייִדישער שרײַבער‟. דאָס איז געשען גלײַך נאָך מײַן ערשטער גרױסער פּובליקאַציע אין „סאָװעטיש הײמלאַנד‟, אָבער איך האָב זיך ניט געאײַלט אַרײַנצושטעלן אין מײַן שריפֿטלעכער ביאָגראַפֿיע דעם בכּבֿו­דיקן טיטל „שרײַבער‟, כאָטש די גאָר פּאָזיטיװע אָפּשאַצונגען זײַנען גע­קומען פֿון אָנגעזעענע ייִדישע שריפֿט­שטעלער און ליטעראַטור־קריטיקער פֿון אַלע עקן װעלט; דעריבער איז ניט קײן חידוש, אַז גלײַך נאָכן עולה זײַן קײן ישׂראל בין איך געװאָרן אַ הײמישער מענטש אינעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראײן. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט מען מיך אױסגעװײלט פֿאַר אַ פֿאַראַנטװאָרטלעכן סעקרעטאַר פֿונעם פֿאַראײן (אַנשטאָט דעם קראַנקן דוד שטאָקפֿיש), און אױף דער זעלבער זיצונג האָט מען מיך באַפֿרײַט פֿונעם יערלעכן מיטגליד־אָפּצאָל, און טאַקע צוליב צװײ סיבות — ערשטנס, װי אַ דאַנק־אױסדרוק פֿאַר מײַן װאָלונטאַרישער באַטייליקונג אינעם פֿאַרשפּרײטן די אַנטאָלאָגיע פֿון „ייִדיש־ליטעראַטור אין מדינת־ישׂראל‟, און צװײטנס, צוליב מײַן כראָנישער אָרעמקײט. אױף װיפֿל מיר איז באַװוּסט, ביז הײַנט צו טאָג זײַנען יענע באַשלוסן ניט אַנולירט גע­װאָרן. כּדי צו קאָנטראָלירן דאָס, איז גענוג אַ קוק טאָן אין די פּאַסיקע פּראָ­טאָקאָלן פֿון יענער צײַט. אַזױ אַרום, שױן אַ גוט שטיקל צײַט צאָל איך ניט קײן מיטגליד־אָפּצאָל, אָבער לױט עמעצנס באַשלוס דװקא איצט בין איך פּלוצעם געװאָרן אױס־מיטגליד.