זכּרון איז שטאַרקער פֿון טױט

Memory Is Stronger than Death

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 20, 2014, issue of July 18, 2014.

בערנאַרד בערענסאָן, אַ ליטװישער ייִד, װאָס איז געװאָרן דער גרעסטער מבֿין אױף דער איטאַליענישער רענעסאַנס־קונסט, האָט אױף דער עלטער באַמערקט: „מען קאָן שרײַבן געשיכטע פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּוקטן, יעדער אײנער פֿון זײ װערט באַגײַסטערט דורך אַן אײגענעם אינטערעס. פֿאַר װאָס קאָן מען ניט פּרוּװן צו באַטראַכטן דעם עבֿר װי אַ געראַנגל צװישן דעם יונגן און דעם עלטערן דור, כּדי צו קוקן, װאָס פּאַסירט, װען אײנער איז גובֿר דעם אַנדערן?‟ בערענסאָּן איז דעמאָלט געװען שױן אין די נײַנציקער, אַ פֿרעמדער אין מוסאָליניס איטאַליע, װוּ דאָס װאָרט „יוגנט‟ איז געװען דער שליסל־באַגריף צו דער פֿאַשיסטישער אידעאָלאָגיע.

אין תּוך גענומען בלײַבט די דאָזיקע קשיא זײער װיכטיק פֿאַר גריגאָרי קאַנאָװיטשס גאַנצער שאַפֿונג. קאַנאָװיטש, װי זײַן לאַנדסמאַן בערענסאָן, שרײַבט זײַן געשיכטע פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿונעם עלטערן דור. װי װײַט איז דאָס אַ ליטװאַקישע מידה, איז שװער צו זאָגן, אָבער דװקא דאָס דאָזיקע קוקװינקל האָט צוגעצױגן דעם באַרימטן ליטװישן רעזשיסאָר רימאַס טומינאַס צו קאַנאָװטישעס פּיעסע „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו!‟. מיט צװאַנציק יאָר צוריק האָט טומינאַס אױפֿגעפֿירט זי אױף ליטװיש אױף דער בינע פֿונעם „קלײנעם טעאַטער‟ אין װילנע, און איצט האָט ער זי פֿון ס׳נײַ אױפֿגעלעבט אינעם מאָסקװער װאַכטאַנגאָװ־טעאַטער, דאָס מאָל אױף רוסיש.

קאַנאָװיטש איז ניט קײן לײַכטער שרײַבער, און די דאָזיקע פּיעסע זײַנע איז אַ שװער שטיקל סחורה. דאָ איז ניטאָ קײן ליבע, אינטריגע און זײער װײניק האַנדלונג אין אַ געװײנטלעכן זין. די הױפּט־פֿיגורן זײַנען מאַנצבילן, בעת פֿרױען באַװײַזן זיך בלױז עפּיזאָדיש. דער הױפּטהעלד אפֿרים דודאַק פֿאָרט קײן װילנע, װוּ מען האָט אַרעסטירט זײַן זון הירש פֿאַרן שיסן אינעם רוסישן גענעראַל־גובערנאַטאָר. זײער װײניק מענטשן אין רוסלאַנד געדענקען הײַנט די געשיכטע פֿון הירש לעקערט, װאָס איז אַ מאָל געװען אַ קולט־פֿיגור פֿונעם „בונד‟. אָבער די פּיעסע איז ניט װעגן דעם זון (הגם ער פֿאַרנעמט אַ סך מער אָרט אין דעם ראָמאַן מיט דעם אײגענעם נאָמען), אָבער װעגן זײַן פֿאָטער. מיט אפֿרימען לאָזן זיך אין װעג אַרײַן זײַנע געטרײַע פֿרײַנד, דער װאַסער־טרעגער שמולע־סענדער און דער בעטלער אבֿנר ראָזענטאַל. אױפֿן װעג טרעפֿן זײ צװײ אַנדערע מיטפֿאָרער, אַ יונגער „פּאַלעסטינעץ‟, װאָס פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל, און אַ האַלב־משוגענער, כלױנע־הענעך; און די גאַנצע פּיעסע איז אַ לאַנגער שמועס װעגן לעבן און טױט צװישן אָט די פֿינעף פּאַרשױנען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.