זכּרון איז שטאַרקער פֿון טױט

Memory Is Stronger than Death

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 20, 2014, issue of July 18, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟ — איז אַ פֿילאָסאָפֿישער װיכּוח װעגן דעם מענטשלעכן אַלײן־זײַן אין דער װעלט. די העלדן פֿאָרן פֿונעם שטעטל מישקין דורך טיפֿע ליטװישע װעלדער קײן װילנע, ירושלים ד׳ליטא, אָבער אין דער אמתן, פֿאָרן זײ פֿון לעבן צום טױט. דער אײנציקער באַגאַזש זײערער איז דער זכּרון. און בײַם סאַמע װילנער טױער באַפֿאַלט זײ אַ חבֿרה פֿון „דעזינפֿעקטאָרן‟, װאָס באַשפּריצט זײ מיטן סם װי מילבן. דער דאָזיקער לעצטער סימבאָל איז גאַנץ קלאָר, אָבער דער ספּעקטאַקל פֿאַרמאָגט אַ סך טיפֿערע שיכטן.

װי אַלע װערק פֿון קאַנאָװיטש, איז די דאָזיקע פּיעסע פֿולגעפּאַקט מיט רמזים, װאָס שיקן דעם צושױער אָפּ צו פֿאַרשידענע װערק פֿון ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער. קודם־כּל, איז דאָס מענדעלע מיט זײַן װאָגן און זײַנע העלדן — פֿישקע, בנימין, הערשעלע. דערצו דאַרף מען צוגעבן פּרצן, מיט זײַנע סימבאָליסטישע געשטאַלטן און קורצע אַפֿאָריסטישע דיאַלאָגן. טומינאַס באַנוצט זיך מיט בולטע עקספּרעסיאָניסטישע מכשירים, װאָס דערמאָנען אין דעם עקספּערימענטאַלן ייִדישן טעאַטער פֿון די 1920ער יאָרן. אָבער װי װײַט איז ער באַהאַװנט אין די װערק פֿון דער „װילנער טרופּע‟, „הבימה‟ און מאָסקװער ייִדישן קאַמער־טעאַטער, איז ניט קלאָר. װי עס זאָל ניט זײַן, דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן אין דעם ייִחוס פֿונעם װאַכטאַנגאָװ־טעאַטער, װאָס איז אַ יורש פֿון דער מאָסקװער „הבימה‟.

טומינאַס איז הײַנט אַ פּאָפּולערער נאָמען אין דער מאָסקװער טעאַטער־װעלט. די אײגנאַרטיקע ליטװישע שיטה אין דער פּאָסט–סאָװעטישער רעזשיסור טײלט זיך אױס מיט איר טיפֿער מעטאַפֿאָרישקײט, געשליפֿענעם שפּיל פֿון אַקטיאָרן און דינאַמישער באַװעגלעכקײט. בולט־עקספּרעסיאָניסטיש איז דאָס שפּילן פֿון יוליאַ רוטבערג אין דער ראָלע פֿון דער ציג, װאָס דערמאָנט אין דעם פֿילם „דער דיבוק‟.

דער זאַל איז בײַ דער פֿאָרשטעלונג כּסדר פֿולגעפּאַקט; און כאָטש אײניקע צושױער גײען אַװעק אין מיטן, נעמט דאָס רובֿ פּובליקום דעם ספּעקטאַקל אויף מיט אַ סך התלהבֿות, כאָטש צו באַנעמען די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג איז ניט קײן לײַכטע טירחה. עס פֿאָדערט צו זײַן פֿולשטענדיק קאָנצענטרירט.

די ייִדישע קולטור אין רוסלאַנד לעבט איבער אַ נײַעם גילגול. ביז לעצטנס האָט זי געטראָגן אױף זיך אַ שטעמפּל פֿון אַ שטעטלדיקן קיטש און איז געװען אָפּגעטײלט פֿונעם רוסישן הױפּטשטראָם. איצט קומט זי אַרײַן אין דער מאָדע. די פּיעסעס פֿון גאָרענשטײן און קאַנאָװיטש װערן געשפּילט אױף די בינעס פֿון די בעסטע מאָסקװער טעאַטערס. ס׳רובֿ אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, און דאָס פּובליקום זײַנען שױן ניט קײן ייִדן. אין דעם זײַנען דאָ געװיסע מעלות — סוף־כּל־סוף, האָבן די אומות־העולם אָפּגעשאַצט די ייִדישע קולטור װי עס דאַרף צו זײַן! אָבער דאָס איז אױך אַ סימן, אַז אַ געװיסע תּקופֿה אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע איז געקומען צו אַ סוף. עס פֿאַרבלײַבט נאָר אַ זכר, װאָס איז, װי עס זאָגט אײנער פֿון קאַנאָװיטשס העלדן — שטאַרקער פֿון טױט.