כאַפּ אַרויס דאָס שיסערל, און שיס!

Just Grab That Pistol and Shoot

Getty Images

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 20, 2014, issue of July 18, 2014.

איך בין נישט קיין פּאָליטיקערין און נישט קיין טעאָרעטיקערין אויף דעם געביט, נאָר ווען אַ זאַך שטעכט דיר אויס די אויגן, ווען עס פֿאַלן טאָג־טעגלעך אומשולדיקע קרבנות פֿון שיסערײַען, מעסער־שטעך, קינדער־מאָרד, אָנפֿאַלן, רויבערײַען, און אַלץ מיט רעוואָלווערן אָדער שווער געווער, דאַרף מען זיך אַרומקוקן און באַטראַכטן די זאַך ווי ס’געהערט צו זײַן.

לויערט אויף אונדז אַ שׂונא, חלילה? איז דער שׂונא אַ דרויסנדיקער אָדער אַ היימישער? פֿאַר וואָס זײַנען מיר אין כּסדרדיקן געפֿאַר? פֿאַרוואָס זײַנען מיר יעדער מינוט אײַנגעשטעלט מיטן לעבן?

אַ טייל פֿונעם ענטפֿער ליגט אין די הענט פֿון אונדזער קאָנגרעס און די אײַנפֿלוסרײַכע וואָפֿן־אינדוסטריע, וואָס איז אויסגעקאָכט מיטן קאָנגרעס. די וואָפֿן־אינדוסטריע איז אַזוי מעכטיק אין אַמעריקע, אַז מ’קען זי בכלל נישט אויסראָטן.

עס זײַנען פֿאַראַן אויסשטעלונגען איבער גאַנץ אַמעריקע, וווּ מ’קען זיך אײַנהאַנדלען געווער, און נישט סתּם אַ רעוואָלווער, נאָר וואָפֿן וואָס מ’באַנוצט זיך מיט זיי אויפֿן פֿראָנט.

וואָס זשע איז דער רעזולטאַט? יעדער איינער קען זיך אַרײַנשפּאַצירן אין אַ וואָפֿן־געשעפֿט, באַקוקן די גאַלעריע פֿון געווער, אײַנקויפֿן אויפֿן פֿרײַען מאַרק ביקסן, רעוואָלווערן, גראַנאַטן, און דערנאָך אַרויסשפּאַצירן און נעמען שיסן.

נישט וויכטיק צי דער פֿאַרברעכער איז ערשט אַרויס פֿון אַ משוגעים־אַנשטאַלט, פֿון תּפֿיסה אָדער פֿאַרענדיקט אַ סעסיע מיטן פּסיכיאַטער, צעקריגט זיך מיטן ווײַב, געהאַט סיכסוכים מיט די עלטערן, ס’געפֿעלט דיר נישט ווען יענער שטעלט אָן די מוזיק אין אויטאָ צו הויך, אָדער ווען יענער עסט „פּאַפּ־קאָרן‟ אין קינאָ אויף אַ קול, אומצופֿרידן? כאַפּ אַרויס דאָס שיסערל פֿון טאַש און נעם שיסן מיט קוילן.

ליגט די צרה אפֿשר אינעם ריזיקן תּהום צווישן אָרעם און רײַך? פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן.

די אַלע שיסערײַען האָבן אַ טאַטן, און דער טאַטע הייסט אַנאַרכיע און הפֿקרות. נאָך מער, אַמעריקע איז קיין מאָל נישט געווען באַדראָט פֿון אַ דרויסנדיקער מאַכט, קיין שׂונא איז נישט באַפֿאַלן די אַמעריקאַנער ברעגעס און יבשות.

די אַמעריקאַנער לעבן הונדערטער יאָרן אין פֿרידן מיט זייערע שכנים, מ’האָט זיך צוגעוווינט צום לוקסוס פֿון פֿרײַהײַט, דעם שוווילטאָג פֿון זעלבסט צופֿרידנקייט.