אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע און כינעזישע קולטורן

A Festival of Jewish and Chinese Culture

די כינעזישע „איסט־ריווער קאַפּעליע‟ שפּילט אין בית־מדרש פֿון דער „עלדרידזש־גאַס שיל‟.
Jordan Kutzik
די כינעזישע „איסט־ריווער קאַפּעליע‟ שפּילט אין בית־מדרש פֿון דער „עלדרידזש־גאַס שיל‟.

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 22, 2014, issue of July 18, 2014.
דער מחבר האַלט אַן „אייער־קרעם‟ און אַן „אייער־ראָלקע‟
Jordan Kutzik
דער מחבר האַלט אַן „אייער־קרעם‟ און אַן „אייער־ראָלקע‟

אַחוץ אַ פּאָר פֿאַרבליבענע געשעפֿטן, שילן און נאָסטאַלגישע רעסטאָראַנען איז פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער „לאָוער איסט סײַד‟ כּמעט קיין זכר ניט געבליבן, בפֿרט ווען מע רעדט פֿון יענעם טייל, וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט דער כינעזישער קוואַרטאַל „טשײַנאַטאַון‟.

להיפּוך צו ס׳רובֿ ערטער פֿונעם אַמאָליקן „לאָוער איסט סײַד‟, ווי „איסט־ווילידזש‟ און „נאָליטאַ‟, וואָס זענען לעצטנס געוואָרן רײַכע געגנטן, איז דאָס גרויסע „כינעזיש שטעטל‟ נאָך אַלץ אַן עכט־אימיגראַנטישע געגנט פֿון אַרבעטער־מאַסן, פּונקט אַזוי ווי ס׳איז געווען מיט 120 יאָר צוריק. דער אונטערשייד באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס אַנשטאָט ייִדיש הערט מען דאָ כינעזיש, און אַנשטאָט קרעפּלעך עסט מען „וואָנטאָנס‟.

גאָר זעלטן הערט מען טאַקע הײַנט אַ ייִדיש וואָרט אין דער געגנט, שוין אָפּגערעדט פֿון קלעזמער־מוזיק. אָבער דעם 8טן יוני, פֿאַר דער היסטאָרישער „עלדרידזש־סריט שיל‟ האָט מען טאַקע געשפּילט קלעזמער־מוזיק, געזונגען אויף ייִדיש, געמאַכט קרעפּלעך און געלערנט ווי אַזוי צו רעדן אַ ייִדיש וואָרט. די סיבה דערפֿאַר איז געווען אַן אוניקאַלער פֿעסטיוואַל מיטן נאָמען Egg Rolls & Egg Creams („אייער־ראָלקעס‟ און „אייער־קרעמס‟), וואָס שמעלצט צונויף די כינעזישע און ייִדישע קולטורן. דער פֿעסטיוואַל, וואָס מע פֿײַערט שוין 14 יאָר, איז סײַ אַ פֿאַרווײַלערישער, סײַ אַ דידאַקטישער; דאָס הייסט, דער פֿעסטיוואַל מיינט, אַז מענטשן זאָלן ניט בלויז געניסן פֿונעם עסן און מוזיק, נאָר אויך, זיי זאָלן זיך דערוויסן מער וועגן די ייִדישע און כינעזישע קולטורן און וועגן דער געשיכטע פֿון דער געגנט.

דער פֿעסטיוואַל האָט איבערגענומען אַ גאַנצן קוואַרטאַל פֿון עלדרידזש־גאַס צווישן קאַנאַל און דיוויזשין. אויף דער גאַס האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ טוץ בודקעס, וווּ מע האָט געלערנט, ווי אַזוי צו זײַערן אוגערקעס, סײַ אויף אַ ייִדישן, סײַ אַ כינעזישן שטייגער; ווי אַזוי צו מאַכן ייִדישע און כינעזישע קרעפּלעך; פֿאַרקויפֿט „אייער־ראָלקעס‟ און „אייער־קרעמס‟ (אַ מין געטראַנק), באַצירטע יאַרמולקעס, און געלערנט ווי אַזוי צו מאַכן פּאַפּירענע פֿאָכערס. אויף עלדרידזש־גאַס, גלײַך פֿאַר דיוויזשין־גאַס, האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ בינע, וווּ אַ טייל פֿון די קאָנצערטן זענען פֿאָרגעקומען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.