ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris


פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published June 20, 2014, issue of July 18, 2014.

ליבע איז די טעמע פֿון יערלעכן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל

הײַיאָר פֿײַערט דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן אין פּאַריז זײַן 10טן יובֿל, און לכּבֿוד דעם האָט מען אויסגעקליבן די שיינע טעמע — ליבע, ווי אַ לײַט־מאָטיוו וואָס זאָל צוזאַמענבינדן די אַקטיוויטעטן פֿונעם פֿעסטיוואַל, און אפֿשר אויך סימבאָליזירן די גוטע צוזאַמענאַרבעט פֿון אַלע ייִדישע געזעלשאַפֿטן, וואָס האָרעווען אַ גאַנץ יאָר צו אָרגאַניזירן אַזאַ רײַכע אינטערעסאַנטע פּראָגראַם.

מאָנטיק דעם 16טן יוני, איז געווען אַ ייִדיש־טאָג, געווידמעט אין גאַנצן דער ייִדישער קולטור און שפּראַך. דער טאָג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ פֿרײַנדלעכן „שפּיל־בראַנטש‟, וואָס איז אין דער אמתן געווען אַ קאָך־פֿאַרמעסט פֿון אַשכּנזישע מאכלים, און האָט זיך געענדיקט מיט אַ גרויסער וועטשערע, וווּ מע האָט געגעסן זאַכן וואָס די אָנטייל־נעמערס האָבן צוגעגרייט.

דערנאָך האָט מען אָרגאַניזירט אַן אסתּר־המלכּה־טאָג אינעם אַרבעטער־רינג, און פֿראַנסואַ אַרדעווען האָט קאָמענטירט דעם טעקסט לויט וועלטלעכע מדרשים. דאָס באַגעגעניש איז אויך אַ טייל פֿונעם גרעסערן פּראָיעקט פֿון פֿאַרשרײַבן דעם פּורים־שפּיל ווי אַ גײַסטיקע ירושה בײַ „אונעסקאָ‟ וואָס דער אַרבעטער־רינג פּרוּווט דורכפֿירן צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע געזעלשאַפֿטן.

דער אַקטיאָר לאָראַן בערגער איז אויפֿגעטראָטן אין אַ One-Man Yiddish Show, געשריבן דורך אַלאַן גליקשטיין, וווּ ער האָט זיך צווישן אַנדערן געשפּילט מיט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם באַרימטן ליד „בײַ מיר ביסטו שיין‟.

ווײַטער איז געווען אַ ייִדיש־קאַבאַרעט אינעם שטאָטראָט פֿונעם 4טן אַראָנדיסמענט, מיט געזאַנג, מוזיק און ייִדישע וויצן.

דער טאָג האָט זיך געענדיקט מיט אַ גרויסן קאָנצערט פֿון דער גרופּע „סירבאַ־אָקטעט‟, וואָס וועגן איר האָבן מיר דאָ שוין דערציילט מיט אַ צײַט צוריק.

מיטוואָך האָט די פֿאָרשערין פֿלער קון געגעבן אַ רעפֿעראַט וועגן דער טעמע „עראָטיק בײַ באַשעוויס־זינגערן‟. אַן עולם פֿון מער ווי 60 מענטשן איז געקומען צו הערן וועגן יענע זיבן זאַכן בײַ באַשעוויסן, וואָס איז, ווי באַוווּסט, אַ רעלאַטיוו אָפּגעשוואַכטע טעמע אין די איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן. כּדי צו דערגאַנצן די טעמע האָט מען אַ טאָג שפּעטער פּראָיעקטירט דעם פֿילם „יענטל‟ מיט באַרבאַראַ סטרײַסענד. פּאָל־הענריעט לעווי, די רעדאַקטאָרשע פֿונעם ייִדישן ראַדיאָ RCJ און די דירעקטאָרשע פֿונעם ייִדישן סאָציאַלן פֿאָנד, האָט גערעדט וועגן די ווערק און לעבן פֿון אסתּר קרייטמאַן, באַשעוויסעס שוועסטער וואָס ווײַזט אויס אַז באַשעוויס אַליין האָט וועגן איר געזאָגט, אַז זי האָט אים אינספּירירט צו שרײַבן „יענטל‟.

עטלעכע פֿון די אָנטייל־נעמער אינעם פֿעסטיוואַל האָבן אויסגעקליבן אַן אָריגינעלן קוק־ווינקל אויף דער טעמע, ליבע. אַזוי, למשל, האָט דער היסטאָריקער פֿרעדעריק וויעיִ געגעבן אַ רעפֿעראַט וועגן דער פּאַטריאָטישער ליבע פֿון פֿראַנצייזישע ייִדן צו זייער לאַנד. ענלעך צו דעם האָט דער היסטאָריקער פֿיליפּ לאַנדאַו, צוזאַמען מיט זשאַן בירנבוים און פֿראַנסואַ שולמאַן פֿאָרגעלייענט בריוו וואָס ייִדישע סאָלדאַטן אין דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן געשיקט אַהיים פֿון פֿראָנט. דערנאָך האָט מען אויך פּראָיעקטירט אַ פֿילם וועגן די פֿראַנצייזיש־ייִדישע סאָלדאַטן אינעם גרויסן קריג.


גרויסער ייִדיש־באַל מיט קלעזמער־טענץ און טאַנגאָ

דער פֿראַנצייזישער מוזיק־יום־טובֿ איז פֿאָרגעקומען שבת און אין אַלע גרויסע שטעט האָט מען אויך געקענט הערן קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק.

אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער האָט מען פֿון 3 אַ זייגער אָן געקענט פֿרײַ הערן קאָנצערטן פֿון דער זינגערין שוראַ ליפּאָווסקי און פֿון דער גרופּע „די קלעזמאָרימלעך‟. אין אָוונט איז געווען אַ גרויסער ייִדיש־באַל, מיט קלעזמער־טענץ, טאַנגאָ און אַנדערע טענץ.

אינעם ייִדישן מוזיי האָט דער זינגער מישעל־זשאָנאַס געזונגען זײַנע אַלטע גוט־באַקאַנטע לידער, און אויך אַ טייל פֿון זײַן נײַעם רעפּערטואַר, וואָס הייסט „אַברהם‟ — אַ נאָמען נאָך איינעם פֿון זײַנע באַקאַנטסטע לידער וועגן זײַן זיידן, אַן אונגערישער חזן, וואָס איז אומגעקומען אין אוישוויץ.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.