אַ געשיכטע פֿון די ייִדן אין איראַק

A History of the Jews of Iraq

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 25, 2014, issue of July 18, 2014.

בעת די לעצטע צענדליק יאָר איז אין די ייִדישע היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿאָרגעקומען אַ קער. דער יונגער דור היסטאָריקער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון „גרױסע נאַראַטיװן‟, װאָס האָבן דאָמינירט אינעם 20סטן יאָרהונדערט. הײַנט באַטראַכט מען געשיכטעס פֿון ייִדן אין פֿאַרשידענע לענדער און געגנטן, פֿון אַרגענטינע ביז איראַק, װי אַ באַזונדערן פֿענאָמען, נישט ווי אַ טײל פֿון אַן אַרומנעמיקער געשיכטע פֿונעם ייִדישן כּלל־פֿאָלק. מען האַלט ייִדישקײט פֿאַר אַ װיכטיקן סימן־מובֿהק, װאָס מאַכט די ייִדישע עדה אַנדערש פֿון אַנדערע סאָציאַלע, עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס. אָבער דער באַגריף פֿון כּלל־ישׂראל שפּילט דערבײַ אַ קנאַפּע ראָלע.

דער דאָזיקער מעטאָדאָלאָגישער קער איז גאַנץ בולט אין דער נײַער היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון ניט־אַשכּנזישע קהילות. אַזױ אַרום באַפֿרײַט מען זיך ניט נאָר פֿון דעם באַגריף כּלל־ישׂראל, נאָר אױך פֿון דער השפּעה פֿונעם אַשכּנזישן עלטערן ברודער. כּלערלײ מאָדערנע היסטאָרישע קאָנצעפּציעס פֿונעם ייִדישן כּלל־פֿאָלק זײַנען אַנטשטאַנען אין אײראָפּע און אַמעריקע אין דער תּקופֿה פֿונעם נאַציאָנאַליסטישן אױפֿבלי. װי אַזױ אָבער װעט אױסזען אַ ייִדישע געשיכטע, װען מען באַטראַכט זי אונטער אַ ניט־אַשכּנזישן, מיזרחישן קוקװינקל?

אַ גוטער מוסטער פֿון אַזאַ צוגאַנג איז דאָס בוך פֿון אורית באַשקין, „די נײַע געשיכטע פֿון איראַקער ייִדן אינעם 20סטן יאָרהונדערט‟. זי האַלט די געשיכטע פֿון די איראַקער ייִדן פֿאַר אַ באַשטאַנדטײל פֿון דער אַלגעמײנער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער איראַקער מלוכה. אַזױ אַרום גײט זי אַנטקעגן צװײ נאַציאָנאַליסטישע אידעאָלאָגישע השׂגות — דער אַראַבישער און דער ציוניסטישער. זײ בײדע האַלטן ייִדן פֿאַר אַ פֿרעמדן עלעמענט אין דער איראַקער געזעלשאַפֿט. באַשקין באַטאָנט, אַז „דער באַגריף פֿון איראַק װי אַ טעריטאָריאַלער אײנס, װאָס זײַן געשיכטע, געאָגראַפֿיע און קולטור פֿאַראײניקט די ייִדן און מוסולמענער, איז געװען די ייִדן זײער צום האַרצן‟. פֿונעם הײַנטיקן שטאַנדפּונקט איז אַזאַ מין װיזיע אַװדאי ניט מער װי אַ שײנער חלום, אָבער דאָס הײסט ניט, אַז מע דאַרף זי ניט נעמען אין באַטראַכט.

די איראַקער ייִדישע קהילה האָט געבליט אין די 1920ער־1930ער יאָרן, װען דאָס איראַקער מלכות איז געשטאַנען אונטער דער פּאָליטישער און מיליטערישער השגחה פֿון דער בריטישער אימפּעריע. די ייִדן זײַנען דעמאָלט געװען דער קערן פֿונעם נײַעם מאָדערנעם שטאָטישן מיטלשטאַנד. אַ סך פֿון זײ, בפֿרט דער יונגער דור, זײַנען געװען קאָמוניסטיש געשטימט, בעת ציוניזם האָט ניט געהאַט קײן סך אָנהענגער; פֿאַרקערט, אַ סך געבילדעטע ייִדן האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר מיטגלידער פֿון דער איראַקער נאַציע, װאָס זײ האָבן אױסגעטײַטשט אין ברײטע פּאָליטישע און קולטורעלע באַגריפֿן, און ניט װי אַן עטנישן אָדער רעליגיעזן ציבור. דאָס איז געװען ניט בלױז דער ייִדישער גלױבן. אַ היפּשע צאָל מוסולמענישע און קריסטלעכע אינטעלעקטואַלן האָבן געהאַט ענלעכע אױסזיכטן מכּוח דער צוקונפֿט פֿון זײער לאַנד. אין איראַק, להיפּוך צו אײראָפּע, איז די צײַט צװישן בײדע װעלט־מלחמות געװען אַן אָפּטימיסטישע תּקופֿה. דער מיטלשטאַנד האָט געהאָפֿט, אַז פּראָגרעס, דעמאָקראַטיע און קולטורעלע אַנטװיקלונג װעט ברענגען רװח און שלום צו אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד.