תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ זיצט אויף 500 מיליאָן דאָלאַר

Claims Conference Sits on 500 Million Dollars

אין 2011 האָט די דײַטשע רעגריונג מסכּים געווען צו געבן דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ 400 מיליאָן אייראָ במשך פֿון דרײַ יאָר לטובֿת דער היים־באַדינונג פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן
Marco Limberg
אין 2011 האָט די דײַטשע רעגריונג מסכּים געווען צו געבן דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ 400 מיליאָן אייראָ במשך פֿון דרײַ יאָר לטובֿת דער היים־באַדינונג פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן

פֿון ירדן אמרון (Forward)

Published June 27, 2014, issue of July 18, 2014.

בײַ סאָניע אַנגער — אַ 90־יאָריקע אַלמנה, וועלכע איז אין 1941 אַנטלאָפֿן פֿון דער נאַצי־אָקופּירטער רומעניע צו די אוראַל־בערג — איז הײַנט די איינציקע הכנסה איר חודשלעכער סאָצפֿאַרזיכערונג־טשעק פֿון $1,130; בסך־הכּל — $14,000 אַ יאָר.

„כ׳האָב ווייניק וואָס צו עסן און כ׳קויף פֿאַר זיך מער נישט קיין קליידער,‟ האָט זי געזאָגט.

די פֿאַרגיטיקונג פֿון דער דײַטשער רעגירונג העלפֿט אויך אַ ביסל. זי האָט לעצטנס, למשל, גענאָסן פֿון אַ מיטאָג מיט מוזיקאַלישער פֿאַרווײַלונג פֿאַר לעבן־געבליבענע, אין אַ ברוקלינער קאַפֿע. די דײַטשע פֿאַרגיטיקונג איז אַ נייטיקע ראַטיר־ליניע פֿאַר דער שארית־הפּליטה אין אַמעריקע, וואָס וווינען אונטער דער אָרעמקייט־ליניע.

אין דער ניו־יאָרקער געגנט — וווּ עס וווינען, צום ווייניקסטן, אַ דריטל פֿון אַלע לעבן־געבליבענע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — ווערן 55% פֿון זיי (בערך 40,000) פֿאַררעכנט פֿאַר אָרעם, האָט איבערגעגעבן פּערל בעק, דירעקטאָר פֿון אַ דעמאָגראַפֿישער שטודיע פֿון די ניו־יאָרקער ייִדן פֿון 2011, געשטיצט פֿון דער „יו־דזשיי־איי‟.

דעם 8טן יולי וועט די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „קליימס־קאָנפֿערענץ‟ — די אָרגאַניזאַציע, וואָס טיילט אויס די דײַטשע פֿאַרגיטיקונג צו די לעבן־געבליבענע — אָפּהאַלטן איר יערלעכע זיצונג אין מאַנהעטן, אַרומצורעדן איר אייגענע צוקונפֿט. לויט אַ באַריכט פֿון דער ייִט״אַ לעצטנס //yiddish.forward.com/articles/179411/claims-conference-considers-possible-future/?, וועלן צוויי קאָמיטעטן עצהן, אַז די תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ זאָל פֿאַרהאַנדלען מיט דער דײַטשער רעגירונג צו קריגן מער פֿאָנדן, אַפֿילו נאָך דעם ווי דער לעצטער לעבן־געבליבענער וועט ניפֿטר ווערן. די פֿאָנדן וואָלט מען געניצט אויף חורבן־בילדונג און הזכּרה־צערעמאָניעס.

דער Forward האָט געבעטן די תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם סדר־היום פֿון דער קומענדיקער זיצונג, אָבער האָט קיין ענטפֿער נישט באַקומען. געוויסע איצטיקע און געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג האָבן אָבער געזאָגט דעם Forward, אַז ס׳איז דאָ אַ חילוקי־דעות וועגן דער פֿראַגע, ווי אַזוי די אָרגאַניזאַציע זאָל אויסניצן אירע ממשותדיקע פֿאָנדן צו פֿאַרגרינגערן די אָרעמקייט פֿון דער שארית־הפּליטה.

איין זאַך וואָס אַלע זענען יאָ מסכּים איז, אַז מע וועט נישט אויסגעבן די מער ווי 500 מיליאָן דאָלאַר, וואָס ליגט בײַ דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ אין באַנק. ס׳רובֿ פֿונעם געלט איז פֿאַרבונדן מיט גרונט־אייגנס אין אייראָפּע, וואָס האָט אַ מאָל געהערט צו ייִדן אָדער ייִדישע אינסטיטוציעס. די פֿאָנדן ליגן באַזונדער פֿונעם געלט, וואָס די אָרגאַניזאַציע באַקומט פֿון דער דײַטשער רעגירונג לטובֿת די אויסצאָלונגען.

מאַקס ליבמאַן, אַ געוועזענער פֿאַרוואַלטונג־מיטגליד, האָט פֿאַרטיידיקט דעם באַשלוס פֿון דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ צו האַלטן דאָס געלט בײַ זיך, כאָטש דײַטשלאַנד און עטלעכע אַנדערע לענדער גיבן ווײַטער די אָרגאַניזאַציע יעדעס יאָר, בסך־הכּל, 250 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו שטיצן די שארית־הפּליטה. „וואָס עלטער עס ווערן די לעבן־געבליבענע, אַלץ העכער וועלן ווערן די הוצאָות צו העלפֿן זיי,‟ האָט ליבמאַן געטענהט.

אַ וואָרטזאָגערין פֿון דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ האָט דערקלערט, אַז אויב די אָרגאַניזאַציע וועט צו גיך אויסגעבן דאָס געלט, וועט זי מוזן שנײַדן אירע סובסידיעס צו אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן די לעבן־געבליבענע. לויט דער פֿאַרזיכערונג־מאַטעמאַטיק, וועלן געוויסע לעבן־געבליבענע מסתּמא נאָך לעבן אַ סך יאָרן — אפֿשר אַפֿילו ביזן יאָר 2030, און דערבײַ וועלן כּסדר וואַקסן זייערע באַדערפֿענישן.

סידני זאָלטאַק, אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג און דער מיט־פּרעזידענט פֿונעם „קאַנאַדער פֿאַרבאַנד פֿון לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן‟, האָט געזאָגט, אַז ער און אַנדערע לעבן־געבליבענע זענען דווקא אַנטוישט, וואָס די מער פֿאַרמעגלעכע אָרטיקע קהילות באַזאָרגן כּמעט בכלל נישט קיין פֿאָנדן לטובֿת די חורבן־אָפּמערקונגען און דערציִונג.

„לויט מײַן מיינונג, וואָלטן יענע קהילות געדאַרפֿט דעקן אַלע הוצאָות דערפֿאַר,‟ האָט ער געזאָגט.