רוסישע אָליגאַרכן זינגען „הללויה‟

Russian Jewish Billionaires Sing Hallelujah

דער אָליגאַרך מיכאַיִל פֿרידמאַן זינגט דעם 24סטן יוני אין איגאָר סאַנדלערס סטודיע
Courtesy Russian Jewish Congress
דער אָליגאַרך מיכאַיִל פֿרידמאַן זינגט דעם 24סטן יוני אין איגאָר סאַנדלערס סטודיע

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published June 27, 2014, issue of July 18, 2014.

מע זאָגט, אַז „די צײַט איז געלט‟. דאָס ליד, וואָס דער מאָסקווער מוזיק־פּראָדוסער איגאָר סאַנדלער האָט רעקאָרדירט דעם 24סטן יוני, האָט טאַקע געהאַט צו טאָן מיט ריזיקע געלטער. דאָס וועט זײַן אויך דאָס לענגסטע ליד אין דער וועלט־געשיכטע.

צווישן די מענטשן, וואָס האָבן געזונגען אין סאַנדלערס סטודיע, זענען געווען אַ צאָל רוסיש־ייִדישע אָליגאַרכן, וועלכע האָפֿן דערמאָנט צו ווערן מיט זייער עקסטרעם לאַנגער זינגערײַ אינעם „גינעס־בוך פֿון רעקאָרדן‟. די באַטייליקטע האָבן במשך פֿון דרײַ שעה געזונגען לעאָנאַרד כּהנס ליד „הללויה‟.

אַ טייל פֿון די זינגער שטייען אויף די שפּיץ־ערטער אין דער „פֿאָרבס‟־ליסטע פֿון די רײַכסטע רוסלענדישע גבֿירים, אַרײַנגערעכנט מיכאַיִל פֿרידמאַן, וואָס זײַן קאַפּיטאַל באַטרעפֿט 18.5 מיליאַרד דאָלאַר. צווישן אַנדערע עשירים זענען געווען באָריס מינץ, גערמאַן זאַכאַריאַן, יורי קאָקוש און יורי קאַנער — דער פּרעזידענט פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟, וועלכער האָט אָרגאַניזירט דעם אומגעוויינטלעכן מוזיקאַלישן פּראָיעקט.

מע פּלאַנירט אַרויסצולאָזן דאָס דאָזיקע ווערק, וואָס הייסט „דער מוזיקאַלישער מאַראַטאָן 5775‟, פֿאַר ראָש־השנה, לכּבֿוד דעם קומענדיקן ייִדישן נײַעם יאָר. בסך־הכּל, האָבן אין דער זינגערײַ זיך באַטייליקט 150 באַקאַנטע רוסלענדישע ייִדן, אַרײַנגערעכנט אַקטיאָרן, קאָמפּאָזיטאָרן און פּאָליטישע אַנאַליטיקער. סאַנדלער פּלאַנירט צוצוגעבן נאָך עטלעכע טויזנט זינגער, כּדי אינעם ענדגילטיקן פּראָדוקט זאָל מען הערן 5,775 פֿאַרשיידענע קולות. מיט אַזאַ ריזיקער צאָל זינגער אין איין ליד האָפֿט דער „קאָנגרעס‟ צו ברעכן דעם וועלט־רעקאָרד.

נישט לאַנג צוריק, האָט די דײַטשישע גרופּע „פֿראַזענמאַהער‟ אַרויסגעלאָזט אַ ליד מיטן נאָמען „צוויי יאָר‟. דאַנקען גאָט, דויערט זי, למעשׂה, בלויז אָנדערהאַלבן שעה. ס׳זעט אויס, אַז ווען סאַנדלערס שאַפֿונג וועט אַרויסקומען, וועט די וועלט פֿאַרגעסן דעם דײַטשישן חידוש, ווײַל זײַן ליד וועט זײַן מער ווי צוויי מאָל לענגער.