ידיעות פֿון פּאַריז

News from Paris

Michael Fingerhut

פֿון שרון בר־כּוכבא

Published June 27, 2014, issue of July 18, 2014.

פֿאָרום פֿון ייִדישע געזעלשאַפֿטן

מיט אַ וואָך צוריק איז פֿאָרגעקומען אין פּאַריז דער פֿאָרום פֿון ייִדישע געזעלשאַפֿטן. פֿון גאַנץ פֿראַנקרײַך זענען געקומען צענדליקער ייִדישע געזעלשאַפֿטן פֿאָרצושטעלן דעם עולם זייערע אַקטיוויטעטן, זוכן נײַע פֿרײַוויליקע און פֿאַראינטערעסירטע, ווי אויך סתּם זיך צו זען מיט אַנדערע קהילה־טוער, וואָס אַ גאַנץ יאָר האָט מען זיי נישט געזען, ווײַל יעדער איינער אַרבעט פֿלײַסיק אויף זײַנע פּראָיעקטן.

הײַיאָר איז דער פֿאָרום פֿאָרגעקומען אין אַ היסטאָריש אָרט, דער געוועזענער מאַרק Carreau du Temple, דער טעמפּל־קוואַדראַט. דער מאַרק איז היסטאָריש צוליב זײַן לאַנגער קאָמפּליצירטער געשיכטע. פֿריִער איז דאָרטן געווען דער אָרדן פֿון דער טעמפּלישער ריטערשאַפֿט, און כאָטש דאָס איז געווען אין 12טן י”ה, איז דער נאָמען געבליבן דער זעלבער. ס’איז דעמאָלט געווען אַ מין אָפּצאַמונג מיט טורעמס אַרום, און אַחוץ די מאָנאַכן, האָבן דאָרטן געוווינט אויך געוויינטלעכע מענטשן.

בשעת דער פֿראַנצייזישער רעוואָלוציע האָבן די רעוואָלוציאָנערן דאָרטן פֿאַרשפּאַרט די קיניגלעכע משפּחה אינעם דאָן־דזשאָן, ביז מע האָט זיי געטייט. נאַפּאָלעאָן האָט דערנאָך צעשטערט דעם סימבאָלישן טורעם, און סוף 18טן י”ה האָט מען דאָרטן געבויט פֿיר מאַרק־בנינים, און צווישן זיי — אַ קוואַדראַט מיט אַן אָפֿענעם מאַרק; פֿון דעם קומט דער צווייטער טייל פֿונעם נאָמען טעמפּל־קוואַדראַט.

דעם הײַנטיקן בנין האָט מען געבויט סוף 19טן י”ה אין דער האַוסמאַנישער תּקופֿה, אונטער נאַפּאָלעאָן דעם 3טן. ער איז געבויט איבער הויפּט פֿון מעטאַל און גלאָז, ווי די דעמאָלטיקע מאָדע איז געווען. דאָס אָרט האָט אַדורכגעמאַכט אַ סך גילגולים און איז מער ווי איין מאָל שיִער נישט צעשטערט געוואָרן. אין די נאָך־מלחמדיקע יאָרן האָבן זיך אין דעם קוואַרטאַל באַזעצט זייער אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן און דאָרטן געעפֿנט אַ סך ניי־ און גאַרבערײַ־וואַרשטאַטן, ווי אויך אַנדערע קליינע געשעפֿטן, אַ טייל פֿון זיי — אינעם טעמפּל־קוואַדראַט.

מיט 10 יאָר צוריק, ווען מע האָט צום ערשטן מאָל אָרגאַניזירט דעם פֿאָרום פֿון ייִדישע געזעלשאַפֿטן איז עס פֿאָרגעקומען אין דעם בנין. אין דער צווישנצײַט האָט אים דער פּאַריזער שטאָטראַט רענאָווירט, און ער איז געבליבן פֿאַרמאַכט זייער אַ לאַנגע צײַט; איצטער לכּבֿוד דער נײַער דערעפֿענונג, זענען די ייִדישע געזעלשאַפֿטן צוריקגעקומען צום האַרצן פֿון אַמאָליקן ייִדישן ניי־קוואַרטאַל.

עטלעכע פֿון די געזעלשאַפֿטן האָבן פֿאָרגעשטעלט אַקטיוויטעטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש. דער „מעדעם־צענטער‟ און דער פּאַריזער „ייִדיש צענטער‟ האָבן פֿאָרגעלייגט זייערע ייִדיש־לעקציעס פֿאַרן קומענדיקן יאָר. דער בערנאַר לאַזאַר־צענטער האָט פֿאָרגעשטעלט די נײַע עקזעמפּלאַרן פֿון זייער ייִדישער חודשלעכער צײַטשריפֿט „ייִדיש־העפֿטן‟, רעדאַקירט דורך קלאָד האַמפּעל. די קינדערשול פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער האָט געגעבן אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, וואָס זיי האָבן צוגעגרייט במשך פֿון יאָר מיט דער זינגערין וויאָלען לעשו, און דער קלעזמער־גרופּע „די קלעזמאָרימלעך‟. די טעמע פֿונעם קאָנצערט איז געווען „דער קערפּער‟, און וויאָלען האָט אויסגעקליבן לידער, וואָס האָבן צו טאָן מיט די גלידער און וואָס מע טוט מיט זיי.

„מכּביה‟ אין דעם ראַיאָן וואַל דע מאַרן

דאַכט זיך, אַז די גאַנצע וועלט קוקט די טעג אויף דער טעלעוויזיע די פֿוסבאָל־שפּילן אין בראַזיל. דאָ אין פֿראַנקרײַך וועט דעם סוף־וואָך פֿאָרקומען די פֿראַנצייזישע „מכּביה‟ אין דעם ראַיאָן וואַל דע מאַרן לעבן פּאַריז. צווישן די פֿאַרמעסטן וועלן זײַן כּמעט אַלע הויפּט־ספּאָרטן, ווי למשל, לויפֿן, שפּרינגען, וואַרפֿן שווערע וואָגן, טעניס און אַוודאי אויך פֿוסבאָל. יעדער איינער קאָן זיך באַטייליקן, אַפֿילו קינדער, אויב די טאַטע־מאַמעס דערלויבן זיי. די פֿאַרמעסטן וועלן דויערן אַ גאַנצן טאָג זונטיק.

אויסגעליווערט דעם מערדער

דער פֿראַנצייזישער געריכט האָט באַשלאָסן אויסצוליווערן קיין בעלגיע דעם ראַדיקאַלן איסלאַמיסט מעהדי נעמוש, וואָס איז פֿאַרדעכטיקט פֿאַרן אַטענטאַט אינעם ייִדישן מוזיי אין בריסל. איצטער וועט זײַן מישפּט זיך קענען, סוף־כּל־סוף, אָנהייבן.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.