לעאָ מלמד דערציילט, ווי ער האָט זיך געראַטעוועט אין יאַפּאַן

Leo Melamed Retraces Path of Escape From Nazis to Japanese Port

לעאָ מלמד
Getty Images
לעאָ מלמד

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published June 29, 2014, issue of July 18, 2014.

לעאָ מלמד, דער שאַפֿער און דער פּענסיאָנירטער פֿאָרזיצער פֿון דער גרויסער פֿירמע „CME Group‟ — איינע פֿון די גרעסטע פֿינאַנציעלע אויסטויש־פֿירמעס — האָט מיט עטלעכע טעג צוריק געשמועסט מיטן Forward און דערציילט, ווי אַזוי ער האָט זיך געראַטעוועט פֿון די נאַציס אין יאַפּאַן.

מלמד איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק, פּוילן. ווען ער איז געווען אַ קליין ייִנגל מיטן נאָמען לייבל מעלאַמדאָוויטש, האָט זײַן משפּחה זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿונעם נאַצי־אָקופּירטן לאַנד אויף אַ שיף, וועלכע האָט זי געבראַכט קיין צורוגאַ, אַ קליינע פּאָרט־שטאָט אין יאַפּאַן. ווען די מאַמע איז אַראָפּ מיט איר 7־יאָריקן זון פֿון דער שיף אינעם נײַעם לאַנד, האָט זי געזאָגט איר מאַן, דעם טאַטן פֿונעם ייִנגל, אַז זי האָט צום ערשטן מאָל דערפֿילט, אַז זי קאָן פֿרײַ אָפּאָטעמען און נישט טראַכטן, אַז דאָס קאָן זײַן איר לעצטער הויך.

אין צורוגאַ האָבן געוווינט 2,000 אַנדערע ייִדישע פּליטים. דער יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט טשיונע סוגיהאַראַ, וועלכער האָט געהאָלפֿן זיי צו ראַטעווען, ווערט צומאָל פֿאַרגליכן מיט ראַול וואַלענבערג אָדער אָסקאַר שינדלער. ווען מלמד איז שפּעטער געוואָרן אַ באַרימטער פֿאַרוואַלטער פֿון אַ ריזיקער פֿינאַציעלער פֿירמע, האָט ער זיך אַ סך מאָל אומגעקערט קיין יאַפּאַן, ווי ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן. נישט געקוקט אויף דעם בכּבֿודיקן 82־יאָריקן עלעטער, בלײַבט ער נאָך אַלץ אַקטיוו אין דער פֿינאַנציעלער ספֿערע און דינט ווי דער ערן־פֿאָרזיצער פֿון דער פֿירמע.

סוגיהאַראַ איז דער איינציקער יאַפּאַנער, וואָס איז אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן ווי איינער פֿון די חסידי־אומות־העולם. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער געדינט ווי דער וויצע־קאָנסול פֿון יאַפּאַן אין ליטע. הגם זײַן רעגירונג האָט אים נישט געלאָזט דאָס צו טאָן, האָט ער אַרויסגעגעבן יאַפּאַנישע וויזעס פֿאַר טויזנטער פּליטים, אַרײַנגערעכנט אַ סך ייִדן. שפּעטער, ווי עס האָבן אויסגעפֿונען די היסטאָריקער, האָט די יאַפּאַנישע רעגירונג אים נישט באַשטראָפֿן פֿאַרן נישט פֿאָלגן די באַפֿעלן; פּונקט פֿאַרקערט, מע האָט געהעכערט זײַן ראַנג במשך פֿון די מלחמה־יאָרן.

מלמד דערמאָנט זיך, אַז די יאַפּאַנישע מינהגים האָבן אים, צוערשט, שטאַרק פֿאַרחידושט. למשל, ווען ער איז געגאַנגען זיך באָדן מיט די יאַפּאַנער, האָט אים שאָקירט, אַז נאַקעטע מענער און פֿרויען זיצן אין דער באָד צוזאַמען. באַלד האָט ער אַנטדעקט, אַז יאַפּאַן איז זייער אַ פֿרײַנטלעך לאַנד, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם און שׂינאה צו פֿרעמדע מענטשן. די איינציקע מענטשן, וואָס האָבן צוגעצויגן אַן אויפֿמערק פֿון די יאַפּאַנער, זענען געווען די חסידים, צוליב זייערע אייגנאַרטיקע בגדים. מע האָט זיי כּסדר פֿאָטאָגראַפֿירט, אָבער אויך מיט אַ פּאָזיטיווער נײַגעריקייט.

מלמד האָט דערציילט דעם Forward, אַז איצט פּלאַנירט ער ווידער צו באַזוכן צורוגאַ. די שטאָט איז מער נישט באַקאַנט ווי אַ וויכטיקער פּאָרט, פֿונוואַנען די שיפֿן זענען כּסדר געוואָרן קיין רוסלאַנד. וועגן דער ראָלע, וואָס צורוגאַ האָט געשפּילט אינעם ראַטעווען די ייִדן פֿונעם חורבן, דערציילט דער אָרטיקער „מוזיי פֿון מענטשלעכקייט‟. דעם 1טן יולי קלײַבט זיך מלמד זיך צו טרעפֿן מיטן יאַפּאַנישן פּרעמיער־מיניסטער, שינזאָ אַבע.